מסע החיזוק פון ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר ברחבי ארצות הברית | ברייטע דעקונג
- Bechatzros admin
- 25 בפבר׳
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' תרומה • כ"ז שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

היינטיגן דינסטאג האט זיך געשלאסן די לענגערע 'מסע חיזוק' פונעם ראש ישיבה הגאון הגדול רבי שאול אלתר שליט"א נאך א פולע וואך פון ביקורי הוד אין א צאל חרדי'שע שטעט איבער אמעריקע אנגעפולט מיט חיזוק און הרבצת התורה.
ווי שוין געמאלדן האט דער ראש ישיבה באזוכט פאריגע וואך פרשת משפטים אין לאס אנדזשעלעס, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן געציילטע טעג בקרב הקהילה. מאנטאג האט די ראש ישיבה ממשיך געווען קיין ניו יארק, נאכמיטאג האט דער פריוואטע פליגער פונעם ראש הישיבה געלאנדעט אין לעיקוואד וואו עס איז שפעטער אין טאג פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו אין קהילת שבילי דוד אין שטאט מיט די השתתפות פון פילע מעריצים ובני תורה יושבי העיר.
מיטוואך צופרי איז דער ראש הישיבה ערשינען בשערי העיר בארא פארק, און באזוכט אינעם תלמוד תורה 'יגדיל תורה' בנשיאותו, ווי עס איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים דורך אלע ילדי תשב"ר. דער ראש ישיבה האט משמיע געווען שיחת קודש ודברי הדרכה און אלע קינדער זענען דורך באקומען מיני מתיקה, דערנאך האט די ראש הישיבה אפגעראכטן א באזונדערע מסיבת לחיים מיט די בחורים תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה.
פון דארט איז דער ראש הישיבה אנגעקומען צום ישיבה לצעירים פני מנחם ווי ער האט אויך איבערגעגעבן א שמועס פאר די בחורים, אויך האט די ראש ישיבה באזוכט אין די כולל תחת נשיאותו, וואס איז סטאנציאנירט אין ביהמ"ד ליזענסק, ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די אברכי הכולל.
אויפדערנאכט איז פארגעקומען די גרויסע צענטראלער 'כינוס כללי' ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מקאצק זי"ע אין די עטרת גאלדא זאלן, ווי הונדערטער אידן האבן זיך צונויפגענומען לשמוע את דבר השם, מען האט געזינגען ווארימע ניגונים און דער ראש ישיבה האט משמיע געווען שיחת קודש מיט דברי הדרכה איבער די נקודת האמת במשנתו הטהורה פונעם הייליגן קאצקער רבי'ן זי"ע.
צומארגנס דאנערשטאג איז דער ראש הישיבה אנגעקומען צום עיר התורה לעיקוואד, און איז לויף פונעם טאג ארויף לבתי נדיבים בעם, ווי אויך האט ער באזוכט ביי הרה"ג ר' פנחס ווינד דומ"ץ בעלזא לעיקוואד. לעת ערב איז דער ראש ישיבה ערשינען אין די גרויסע שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן לקראת די גרויסע שבת אין חצר פון בית החסידים פני מנחם, וואו עס איז געווען פארזאמלט א ריזן ציבור פון הונדערטער לומדים ומבקשים, וואס זענען געקומען זיך קאכן בריתחא דאורייתא ביים גאון מופלג אשר כל רז לא אניס ליה. דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט א טיפזיניגע שיעור און דערנאך ממשיך געווען מיט גאר רייכע דברי חיזוק בעניני השעה.
שבת קודש איז געפראוועט געווארן אין די טאמס ריווער געגנט אויף גאר א רייכע פארנעם אין שטוב פון הנגיד רבי אריה בוים הי''ו, געווידמעט אויסשליסליך פאר די נגידים ותורמים וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט פאנטאסטישע סכומים פאר'ן אפקויף פונעם ביהמ"ד דקהל פני מנחם אין ירושלים, ווי די נגידים האבן געהאט די זכיה ליסב על שולחן מלכים און פארברענגען מיט אייגנארטיגע תורה'דיגע שמועסן בריתחא דאורייתא.
די קלימאקס איז געווען בעת רעווא דרעווין ווען עס איז געווען תרעין פתוחין לצמאון לב פון הונדערטער אידן וואס האבן זיך מסתופף געווען ביי די געהויבענע שלש סעודות אינעם גרויסן שאטער. צוערשט האט מען געזינגען עטליכע גערער ניגונים וואס ווערט געזונגען יעדע וואך, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, און נאכן זמן רבינו תם האט דער ראש ישיבה אויפגעטרעטן מיט שלש סעודות תורה אויף א מייק, כדי דער גאנצער ציבור זאל גוט קענען הערן, דריי שמועסן האט דער ראש ישיבה איבערגעגעבן מיט גאר הארציגע רייד און טיפע יסודות און אידישקייט באגלייט מיט לענגערע דברי התחזקות לסיום ימי השובבי"ם.
נאך שבת האט דער ראש ישיבה ממשיך געווען מיט די נסיעה קיין באלטימאר און דארט באזוכט בבתי נגידים בעם. זונטאג צופרי נאך שחרית איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים אין קהל מרכז תורה ותפילה בנשיאות כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב באלטימאר שליט"א, וואו דער ראש הישיבה האט משמיע געווען דברי תורה וברכה און דער ציבור איז דורך שלום נעמען. דערנאך האט די ראש ישיבה באזוכט ביי הגאון הגדול רבי אהרן פעלדמאן ראש ישיבת נר ישראל באלטימאר , און דערנאך משמיע געווען א שיעור כללי בהיכל הישיבה.
שפעטער האט די ראש ישיבה באשיינט אלס אורח הכבוד ביים מעמד סיום משניות דורך ארום פינעף הונדערט ילדי תשב"ר מתושבי המקום, ווי דער ראש הישיבה האט אויפגעטרעטן מיטן משא המעמד. שפעטער אין טאג האט דער ראש ישיבה באזוכט אין ישיבת חב"ד ליובאוויטש אין באלטימאר, וואו ער האט משמיע געווען דברי תורה וחיזוק און ארומגערעט איבער לימוד תורת החסידות, און געוואונטשן מברכות קדשו פאר אלע בחורים.
נעכטן מאנטאג האט זיך דער ראש ישיבה ארויסגעלאזט צום לופטפעלד אויפן וועג צוריק קיין ארץ הקודש ווי די ראש ישיבה האט געלאנדעט היינט צופרי, איבערלאזנדיג הויפענעס חיזוק ביים יהודת הגולה.






































































































Commentaires