top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן-צוזאמקום פון סאטמארער חסידים ביים יערליכער דינער לטובת מוסדות סאטמאר בארא פארק

דינסטאג פ' וישלח • ט' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: אחים לאנטשעווסקי, JDN

 

די זאלן פון "עטרת חי'" אין בארא פארק איז דעם מוצאי שבת געווען דער אכסניא של תורה פון מאסן סאטמארער חסידים תושבי העיר, וואס האבן זיך פארזאמלט כאיש אחד בלב אחד צום כינוס השנתי, מחזק צו זיין די הייליגע מוסדות "מוסדות תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר" ביים יערליכן דינער לטובת המוסדות וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט א שטארקע הצלחה און סייעתא דשמייא.


דער אויבן אן איז באשיינט געווארן מיט דאס השתתפות פון הרבנים הגאונים וצדיקים, רבני העיר, א גרויסער טייל פון זיי טאטעס און זיידעס פון די תלמידי המוסדות, ובראשם דער מרא דאתרא כ"ק הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א ועל צבאם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע איז געקומען צו פארן צו באשיינען דעם געהויבענעם מעמד, און משמיע צו זיין די דברי חיזוק והדרכה פאר די בני הקהלה.


ווַארעמע דברי תורה וברכה איז געהערט געווארן פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט א צאל יסודות איבער דאס גרויסקייט פון שטיצן די הייליגע מוסדות, אינצווישן האט מען געהאט די זכי' מקבלפנים צו זיין פני כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער האט ביים ערשיינען זיך באגריסט במאור פנים מיט די פילע רבנים גאונים וצדיקים שליט"א וואס האבן בַאשיינט דעם אויבן אן, און די בארא פארקע רב האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, און דערנאך האט מען געהערט דעם "דבר המוסדות" פון הרבני התורני ר' אהרן וועלץ הי"ו וועלכער האט אין זיין קורצע רעדע ארויסגעברענגט שטריכן איבער דעם רוחניות'דיגן בליה און וואוקס פון די הייליגע מוסדות, און ארומגערעדט בשבחם פון די כלי קודש, מגידי שיעור, מלמדים, מחנכים און מחנכות וואס לייגן כסדר אריין איבערמידליכע כוחות פאר די הצלחה פון יעדן תלמיד ותלמידה, ווי מען קען כסדר זיין אויף די הצלחה'דיגע פירות וואס די מוסדות גיבן ארויס.


צום הויכפונקט האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א וועלכע האט כדרכו מקדים געווען א דרוש בפרשת השבוע משולב מיט עניני החזקת המוסדות, ומענין לענין האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון די הצלחה פון די הייליגע סאטמארער קהלה און מוסדות אין בארא פארק גדלו והצליחו ועשו פרי לטובה, און ארויסגעברענגט די שמחה מיטהַאלטעדיג דעם הרחבת גבולי הקדושה פון די קהלה און די מוסדות ווָאָס פַארגרעסערן זיך כסדר מיט פרישע בתי מדרשים און אונטערנעמונגען, און עס איז חיובא רמיא אויפ'ן ציבור זיך מחזק צו זיין ממשיך צו זיין מיטן שטיצן און מחזק זיין די הייליגע מוסדות. 


בַאזונדער הָאט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט די שמחה מיטן הרחבת גבולי הקדושה, אין ביהמ"ד לב אהרן וועלכע האלט אינמיטן די בוי ארבעט, און די פלענער פון די בית מדרש דברי יואל אויף די 18'טע עוועניו, און אזוי אויך די בנין החדש פאר די בית רחל אויף די 18'טע עוועניו. די רבי האט ממשיך געווען און מאריך געווען בפרטיות בשבח פון די דריי ישיבות קטנות פון די מוסדות הק' אין בארא פארק, און שטארק אויפגעפאדערט נישט אוועקצושיקן די בחורים לערנען אין פרעמדע ישיבות וואס דאס ברענגט אז ווען מען ווערט עלטער פארט מען לערנען אין ארץ ישראל און מען קומט אהיים גאר אנדערש פון דארט בהשקפה און א קאלטקייט צו כל הקודש לנו און שטעלן אויף א שטוב אויף אנדערע יסודות ווי אבותינו ורבותינו הק' האבן אוועקגעשטעלט, אלעס ווייל מען רעדט זיך איין אז אין די אנדערע ישיבות איז דא א בעסערע דרך הלימוד ווי אין אונזערע ישיבות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר'ן גאנצן ציבור.




























Comments


bottom of page