top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מה טוב ומה נעים: שיינעם באגעגעניש צווישן האדמו"רים מוויזניץ און תולדות אברהם יצחק אין אפרו-ארט מושב אורה

  • 12 במאי
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

נעכטן נאכמיטאג בעת כ''ק האדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א האט זיך געפונען אין מושב אורה אויף א שפאציר בנאות דשא, איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען אויף א באזוך אין די אכסניא פון מחותנו מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה. ווען דער רבי איז אנגעקומען האט דער וויזניצער רבי געווען אויפן וועג ארויס צום שפיטאל אויף א רוטינע באהאנדלונג. די אדמור"ים האבן קורצליך געשמועסט אויפן גאס, אונטער די פרישע לופט וואו זיי האבן זיך נאכגעפרעגט איש בשלום רעהו, און זיך הארציג געזעגענט בברכות לרוב.



תגובות


bottom of page