מעמד קביעת מזוזות פאר נייעם קלויז דחסידי סאדיגורא אין רמה ד' בית שמש
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' תרומה • כ''ט שבט | בחצרות הקודש

פארלאפענעם מיטוואך אווענט איז פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזות פארן נייעם קלויז דחסידי סאדיגורא אין שכונת רמה ד' בית שמש, בנשיאות ובהדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א. דאס ביהמ"ד איז נתייסד געווארן מיט עטליכע חדשים צוריק און אנטשפרעכט צו זיין א פינת יקרת פאר חסידי סאדיגורא המקושרים לאילנא דחיי און ספעציעל פאר די אינגעלייט וואס האבן זיך אריבערגעצויגן צום נייעם בליענדן שכונת רמה ד'.
דער רבי שליט"א האט באלד ביים אנקומען קובע געווען די מזוזה בשם ומלכות ביים אריינגאנג צום ביהמ"ד און דערנאך געדאוונט מעריב אין ביהמ"ד און דאן מעריך געווען א שולחן לחיים לכבוד המאורע. דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברות קודש מענייני דיומא און דערביי איבערגעלאזט טללי ברכות פאר די מתפללי הביהמ"ד ובראשם פארן דיין הביהמ"ד הרה"ג ר' אהרן ביכלער שליט"א און פאר אלע עסקנים וואס האבן צוגעהאלפן צושטאנד צו ברענגען דעם ביהמ"ד. ביים ענדע פונעם מעמד האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה און די עסקנים האבן צוגעוויזן די ווייטערדיגע פלענער צו פארברייטערן די גבולי הקדושה אין ביהמ"ד.












