חסידי באבוב 45 מיטגעהאלטן געהויבענעם שבת אויף די בערג בצל האד' מבאבוב 45 נאך זעלטן הצלחה'דיגער "מגבית המחנה"
- 20 במאי
- זמן קריאה 5 דקות
מיטוואך פ' נשא א' • ד' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום
בחדוות הלבבות האבן הונדערטער חסידי באבוב 45 מיטגעהאלטן גאר א געהויבענע שבת "עוז ואורה" וואס איז אפגעראכטן געווארן דעם פארגאנגענעם שבת פרשת במדבר אין דער פראכטפולער "HCS רעזארט" אין סאוט פאלסבורג אין שפיץ פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, לאות הכרת הטוב פאר די חסידים וועלכע האבן אין די לעצטע טעג עוסק געווען מיט'ן גאנצן ברען און התלהבות אויפצוטרייבן גרויסע געלטער פון $5,400 און העכער, ביים גראנדיעזן קאמפיין "מבצע המחנה" וואס איז אפגעהאלטן געווארן מיט גרויס הצלחה דעם פארגאנגענעם זונטאג און מאנטאג במדבר, וואו מען האט ב"ה מצליח געווען צו שאפן גאנצע "אכט מיליאן דאללער", געווידמעט לטובת דעם נייעם קרית המחנות וואס די מוסדות האט אפגעקויפט אין צענטער פון די קעטסקיל בערג אין וואודריטש ניו יארק פאר'ן פאנטאסטישן סכום פון "דרייסיג מיליאן דאלאר".
פרייטאג נאכמיטאג זענען די הונדערטער חסידים אנגעקומען אינעם רעזארט, ווי די חשובע עסקנים האבן יעדן פלאצירט איש על מחנהו ואיש על דגלו בכבודם הראוי. דער רבי שליט"א וועלכע וויילט אין די טעג אויף אפרוה אין די מאנטיבעלאו געגענט נעבן מאנסי, איז ארויסגעפארן פונעם מקום הנופש ערב שבת נאכמיטאג, און האט דערגרייכט צום קאמפלעקס ארום פינעף אזייגער נאכמיטאג.
בפניא מליא שבתא ארום א פערטל צו זיבן איז דער רבי שליט"א ערשינען במלוא הדרו אינעם היכל בית המדרש, ווי דער ציבור איז אריבער "שלום נעמען".
בשעה 7:00 האט זיך אנגעהויבן די דערהויבענע מעמד הכנה ליום שבת קדשינו. צום ערשט האט דער רבי שליט"א אין א זעלטענע שריט פארגעלערנט א שיעור אין ספה"ק נועם אלימלך, און דערנאך מאריך געווען אין א טיפזיניגע שיעור בתורת החסידות במשנת דער הייליגער ר"ר אלימלך זי"ע, און דערביי ארומגערעדט ענינים נפלאים איבערן "צעטיל קטן".
דערויף איז פארגעקומען די מעמד "טלית לייגן" כמנהג באבוב מדי שבת בשבתו. און דערויף איז פארגעקומען די מעמד נרגש "אבות על בנים" לרגל האי יומא דקגרים ערב ראש חודש סיון, דער רבי שליט"א האט מיט רירנדע ווערטער ארויסגעברענגט אלס ארום די הייליגע תפלת השל"ה, און איבער די געוואלדיגע תפלות וסייעתא דשמיא וואס מיר דארפן צו האבן על בנינו ועל דורותינו, נאך די דברות קודש פונעם רבי'ן האט דער גאנצער ציבור אינאיינעם, דער רבי מיט די חסידים, געזאגט די הייליגע "תפלת השל"ה בהאי עידן דרעוין מיט גרויס התעוררות.
נאך די דערהויבענע מעמד הכנה, האט מען זיך געשטעלט תפלת מנחה, דער רבי שליט"א האט צוגעשיקט צום עמוד הרה"צ ר' בנציון דוב הלברשטאם שליט"א מסארוואש נכד הרה"ק בעל קדושת ציון זי"ע ור"מ בישיבה קטנה עטרת שלמה.
נאך תפלת מנחה האט אויפגעטרעטן מיטן דרשת פתיחת השבת הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, ארויסברעגענדיג אז אט דער שבת המרומם איז א בחינה ווי דער אלטער היים ווען חסידים פלעגן קומען צו פארן אויף די וועגן און שטעגן צו וויילן ביי די רבי'ס, און אויך ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון דעם שבת הכנה לקבלת התורה.
קבלת שבת האט דער רבי שליט"א צוגעשיקט בנו הגדול הרה''צ רבי יוסף אונגער שליט"א ראש הישיבה קטנה. צו תפילת ערבית איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' בנציון רובין שליט"א בנו יחידו פון הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א.
נאך די געהויבענע דאווענען איז דער ריזן ציבור אריבער אל מול פני הקודש צו וואונטשן דעם רבי'ן א "גוט שבת", ואף הוא עונה לעומתם בפנים מאירים.
העסקן הרה"ח ר' בנציון יוסף ריינהאלד שליט"א האט אויסגערופן די סדר השבת, און נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום "היכל הטישן" צו שלום עליכם און קידוש, נאך נטילת ידים איז דער רבי ארויס אויף א לענגערע הפסקה און אינצווישן האט דער ציבור געגעסן די סעודת שבת בשבת אחים, במשך די סעודה האט מהנה געווען בדברי תורה וחסידות דער נואם השבת ומגיד מישרים הרה"ג ר' יחזקאל טויסיג שליט"א פון ארץ ישראל.
ארום האלב צוועלף איז דער רבי שליט"א צוריק ערשינען צום עריכת שולחן הטהור, מען האט געזינגען זמירות לכבוד שבת, און דער רבי האט משמיע געווען דברי תורה עטליכע מאל. במשך דעם טיש האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די נגידים וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט גרעסערע סכומים להוצאות השבת.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען בנו הרה"ג ר' יחזקאל אונגאר שליט"א, די טיש האט זיך פארענדיגט אין די שפעטע נאכט שעות קרוב צו דריי אזייגער, און טראץ די שפעטע שעה זענען מערערע קבוצות חסידים ואנשי מעשה פארבליבן און עוסק געווען בשירות ותשבחות עד אור הבוקר.
בצפרא דשבתא פארן דאווענען איז איבערגעגעבן געווארן א הערליכע שיעור אין חסידות דורכן רבינס איידעם הגה"צ ר' שמחה רובין שליט"א מנהל רוחני ישיבת אור ישראל.
ארום 9:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען צו תפלת שחרית, פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה יעקב בראנער שליט"א, און צו שחרית הרה"ח ר' מרדכי כהנא שליט"א וועלכע האט פארגעדאווענט בקולו הנעים בפרקי שיר וחזנות.
פאר קריאת התורה האט הרה"ח ר' בנציון יוסף ריינהאלד פארקויפט די עליות פאר טייער געלט, און דעם רבינ'ס עלי' האט זיך פארקויפט פאר די ריזן סכום פון 15 טויזנט דאללער. דער רבי שליט"א האט "ראש חודש געבענטשט", און צוגעשיקט צו תפלת מוסף גיסו הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברייטע קידושא רבא, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, ובפרט האט דער רבי מאריך געווען בגדול מדת ענוה.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צום "מיטאג טיש", במשך די סעודה איז געהערט געווארן א שיינעם דרשה בדברי תורה וחסידות דורכן נואם השבת ומגיד מישרים הרה"ג ר' יחזקאל טויסיג שליט"א. דער רבי שליט"א האט עטליכע מאל משמיע געווען דברי תורה, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' בנציון משה הלברשטאם שליט"א בן הגה"צ אב"ד פאקשאוויץ מאנסי שליט"א נכד הרה"ק בעל קדושת ציון זי''ע.
שפעטער נאכמיטאג איז פארגעקומען א הערליכער שיעור בפרקי אבות איבערגעגעבן דורך הרה"ג ר' יחזקאל טויסיג שליט"א.
בעפאר סעודת רעוא דרעוין איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום "פירות טיש" כנהוג, דער רבי האט משמיע געווען דברי תורה און שטארק מאריך געווען בגודל הענין פון "שמירת עינים", און מען האט געזינגען פאסיגע ניגונים לכבוד שב"ק.
דערנאך איז געווען איינס פון די קלימאקסן פונעם שבת מרומם, דער דערהויבענער "סעודת רעוא דרעוין" בהתעוררות רב, חדו השתא בהאי שעתא. בעת די זמירות האט מען ספעציעל מאריך געווען מיט הארציגע ניגוני התעוררות, און דער רבי האט משמיע געווען פלאמפייערדיגע דברות קודש הכנה לקבלת התורה. נאך תפלת מעריב און הבלדה האט מען געזאגט אינאיינעם ויתן לך ברוב עם.
במוצאי מנוחה איז אפגעראכטן געווארן די דערהויבענע שבת אחים גם יחד "סעודת מלוה דמלכה וסעודת ראש חודש" צוגעשטעלט אויף א גאר רייכן פארנעם לכבוד העם הנאספים, דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן און דערביי דערציילט א שלל פון סיפורי קודש איבער די הילולא דצדיקיא, ובפרט פונעם הייליגן ר"ר מאיר'ל מפרעמישלאן זי"ע וואס די יארצייט איז אויסגעפאלן שבת קודש כ"ט אייר, באזונדער האט דער רבי דערציילט העכסט אינטערסאנטע עובדות און זכרונות וואס ער האט מקבל געווען פון די עלטערע חסידים וויאזוי עס האט אויסגעקוקט א "שבועות אין צאנז" ביים הייליגן דברי חיים זי"ע.
די זייגער האט שוין געקלאפט האלב נאך איינס ווען דער ריזן ציבור האט פארלאזט דעם האטעל, מיטלעבנדיג דעם אומפארגעסליכן יום שבתון אין לשכוח, א שבת פיל מיט חיזוק והתרוממות הנפש, ווי מען האט זיך אנגעשעפט תורה וחסידות מתוך יראה עילאה בצילא דמהימנותא קדישא מיט די ריכטיגע הכנה לקבלת התורה.





























































תגובות