שטאט נתניה פייערט מעמד הכתרה לכבודו פון הגאון ר' קלמן בער שליט"א צום אמט אלס "רב הראשי"
- בחצרות הקודש

- 6 בינו׳ 2025
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 6 בינו׳ 2025
מאנטאג פ' ויחי • ו' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: רן אליהו
אין שטאט נתניה איז נעכטן זונטאג אפגעראכטן געווארן דער אפציעלע מעמד הכתרה לכבודו פון הגאון רבי קלמן בער שליט"א לאנג יעריגער הויפט רב פון שטאט נתניה וואס איז אצינד ערוועלט געווארן צום אמט אלס רב הראשי אין ארץ ישראל. די מעמד איז פארגעקומען אינעם בית הכנסת הגדול אין נתניה וואו עס האבן מפאר געוועהן בראש החגיגה די רבני העיר פון אלע שיכטן און קרייזן ועל צבאם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער האט מיטגעהאלטן די מעמד א לענגערע וויילע און האט משמיע געוועהן דברי ברכה לכבודו פונעם רב שליט"א וואס איז מאז ומקדם א גוטע פריינד און איז אלע יאהרן געוועהן שטארק מקורב ביים רבי'ן שליט"א אין הויף.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די חשובע רבנים אויפן אויבן אן, און ארומגעשמועסט מיטן ספרדישע רב הראשי דער ראשון לציון הגאון ר' דוד יוסף שליט"א. ביי זיין דרשה האט דער רבי שליט"א מעורר געוועהן די אנוועזנדע רבנים איבער דעם זמן גרמא ווען עס איז 'אכשר דרא' און אזויפיל פארלוירענע נשמות ווערן נתעורר לתשובה, זאל מען לייגן א דגוש אויף די פשוטי עם, און זיך אפגעבן מער מיט די פרייע אידן זיי נענטער צו ברענגען צום בורא כל עולמים, און מסיים געוועהן מיט ברכת קדשו פארן נייעם רב שליט"א צו קענען מקדש זיין שם שמים ברבים וחפץ השם בידו יצליח.
נאכן רבינס דרשה האבן אויפגעטרעטן דער ספרגישע רב הראשי הגאון ר' דוד יוסף שליט"א און חבר הכנסת הרב משה גפני הי"ו.
























תגובות