דאנערשטאג פ' בהעלותך • י"ד סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: דוד כהן
חסידי תולדות אהרן פון אייראפע נעמען אויף מיט פרייד די נייעס אז אויפ'ן היי-יעריגן זומער-אפרו פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועט דער רבי אפרייזן צום שטאט 'מאד', הארט נאנט צום עיר הקודש קערעסטיר, וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן במשך עטליכע וואכן דורכ'ן זומער אויף מנוחת הנפש.
שוין עטליכע יאר וואס דער רבי פארט אויף אפרו אין א קור-ארט אין עסטרייך, וואו ס'איז געווארן אהערגעשטעלט פאר'ן רבי'ן אלע הצטרכות'ער צו קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש, אבער נאכדעם וואס ס'איז געווארן שווערע צו קענען אויפ'ן פלאץ דארטן אלעס אהערשטעלן פאר'ן רבי'נס עבודת הקודש, האט מען אפירגעזוכט א מקום מוכשר פאר'ן רבי'נס אפרו פלאץ, ביז ס'איז געלונגען צו שאפן א פאסיגער מקום אין שטאט מאד, וואס פארמאגט פילע מעלות און איז בעסער געאייגנט דארט מסדר צו זיין אלע צרכי בית מדרשו און מקוה מהודרת פאר'ן רבי'נס באנוץ, ובפרט אז ס'איז גאר נאנט צום שטאט קערעסטיר, למקום ציון קדשו פונעם הייליגן רבי ישעי'לע קערעסטיר זי"ע.
מטעם די עסקנים פון ביתו נאוה קודש פון "רבי ישעי'לעס הויז" איז שוין געווארן ארגאניזירט א העפטיגע אפאראט צו צושטעלן למעון קדשו פונעם תולדות אהרן'נער רבי'ן שליט"א אלע הצטרכות במילואו, ושלא יחסר המזג אין אלע הינזיכטן, און זיכער מאכן אז דער רבי גייט אן מיט זיין עבודת הקודש מיט'ן העכסטן מאס במנוחת הנפש, ווען צוגלייך וועט זיין צוגשטעלט מיט א ברייטקייט אויפצונעמען די גאנצע סוויטע פונעם רבי'ן, די משפחה און נאנטע מקורבים, וואס וועלן קומען צו פארן מיט'ן רבי'ן קיין מאד.
ביי חסידי תולדות אהרן לענגאויס אייראפע וועלן אריינכאפן די געלעגנהייט צו קומען מסתופף זיין בצל הקודש אין די לעכטיגע זומער אפרו וואכן וואס דער רבי וועט מעריך זיין אויף א געהויבענעם שטייגער אין שטאט מאד.
Comments