top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תורת בעל שם: הייליגע מאמענטן ווען האד' מתולדות אברהם יצחק איז עולה אין היסטארישע "בעל שם ספר תורה"

  • Bechatzros admin
  • 13 ביולי
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 14 ביולי

זונטאג פ' פנחס • י"ז תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט:שוקי לרר

הייליגע און התלהבות'דיגע מאמענטן האט זיך אפגעשפילט דעם דאנערשטאג אינדערפרי אין בני ברק ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א האט אין אן ערשטמאליגע שריט עולה געווען לתורה אין די היסטארישע הייליגע ספר תורה פונעם בעל שם טוב הק', וואס ליגט בבית גנזיו פון האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א.


ווי באריכטעט אנהייב וואך איז דער תולדות אברהם יצחק רבי שוין לאנגע יארן משתוקק עולה צו זיין אין דעם הייליגן ירושה ספר תורה פונעם מחולל החסידות דער בעל שם הק', און אצינד איז געקומען די ריכטיגע מינוט ווען דער רבי שליט"א האט זוכה געווען דאס צו ברענגען לידי מעשה.


דער רבי שליט"א איז מיטוואך אנגעקומען צום שטאט בני ברק לכבוד די חתונה פון אן אייניקל, זון פונעם איידעם כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנסי שליט"א, וואס איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא אין שטאט, נאך די חתונה איז דער רבי שליט"א געבליבן נעכטיגן אין שטוב פון הרה"ג ר' יעקב יהושע ענגלענדער שליט"א ראש ישיבה מאחנובקא-בעלזא, און אינדערפרי איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד מאחנובקא בעלזא צו תפלת שחרית אינעם טעגליכן מנין פון האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא.


עס האבן שוין דערביי אויך אפגעווארט די תלמידי ישיבה גדולה תולדות אברהם יצחק אין ביתר, וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט אין די לימודים די פארלאפענע חדשים, און זענען אצינד באלוינט געווארן צו קענען מיטדאווענען מיט'ן רבי'ן און מיטלעבן די הייליגע מאמענטן בעלי' לתורת הבעש"ט זי"ע.


דער ביהמ"ד איז געווען מלא וגדוש מיט מאסן תושבי העיר, און פילע חסידי תולדות אברהם יצחק, וועלכע האבן נישט געוואלט פארפאסן די געהויבענע מאמענטן.


עס האט געקאכט א פייערדיגע דאווענען בראשות ביידע אדמורי"ם שליט"א, ותהי המקום לחרדת אלקים ביי קריאת התורה, ווען ביידע אדמורי"ם זענען ארויף צו די בימה, ווען עס ווערט ארויסגענומען די היילגע ספר תורה צום ליינען.


האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק האט עולה געווען צו כהן, און זעלבסט געדינט אלס בעל קורא, מיט א געוואלדיגע דביקות והשתפכות הנפש. צו שלישי האט עולה געווען דער חתן אייניקל פונעם תולדות אברהם יצחק רבי שליט"א, החתן ישעי' הורוויץ וואס האט נעכטן חתונה געהאט. הגבה איז געגאנגען האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק, כאטש וואס דער רבי גייט שוין נישט קיין הגבה די לעצטערע יאהרן מפאת חולשתו, האט זיך דער רבי אנגעשטרענגט למעלה מכוחותיו, און מיט גלילה איז מכובד געווארן דעם רבי'נס איידעם האדמו"ר מספינקא מאנסי.


דערנאך איז האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק געבליבן זיצן מיט די ס"ת א שטיק צייט, אחוז בשרעפי קודש, בשעת די חסידים שטייען ארום און קוקן זיך איין ווי דער רבי האלט אן די הייליגע ספר מיט א חרדת קודש וגעוגעין.


נאכ'ן דאווענען האבן ביידע רבי'ס מעריך געווען אינאיינעם א שולחן לחיים, דער מאחנובקא-בעלזא רבי האט ארויסגעברענגט מבית גנזיו א "מעסער'ל" פון הייליגן בעלזער רב זי"ע, און מכבד געווען אורחו הדגול האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אויפצושניידן דערמיט די פירות. אויך האט מען ארויסגעברענגט א לעפל פונעם בעלזער רב, און האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק האט אין דעם אריינגעגאסן אביסל וויין, און דערפון געטרינקען.


די רבי'ס האבן זיך געוואונטשן לחיים און האדמו"ר ממחנובקא בעלזא האט ארויסגעברענגט זיינע הרגשים פונעם גאר געהויבענעם און פלאם פייערדיגן דאווענען מיט'ן וויזשניצן נוסח און פלאקער.


דער רבי האט דערויף דערציילט אז ער האט שוין אמאל מיטגעלעבט ענליך, ווען הרה"ק דער ישועת משה מוויזניץ זצוק"ל איז געלאדנט געווארן דורך זיין פעטער כ''ק אדמו''ר הרה"ק ממאחנובקא זצוק"ל צו קענען עולה זיין אינעם ס"ת פונעם בעשטה"ק, און געבעטן אז ער זאל קומען דא דאווענען אין ביהמ"ד, ווייל ער וויל הערן דעם התעוררות'דיגן וויזשניצער נוסח, און אויסגעפירט אז ס'איז טאקע געווען דא היינט א גאר התעוררות'דיגע דאווענען ברשפי אש קודש.


די רבי'ס האבן זיך געוואונטשן לחיים און דערנאך איז האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אריין אויף א באזוך ביי האדמו"ר ממאחנובקא, וואו ס'האט זיך פארפירט א הערליכער שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים, און דאן האט האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא ארויסגענומען מאוצרו הטוב א "תפילין" וואס איז מיוחס צום בעשטה"ק, ארויסגענומען דערפון די פרשיות, און געבעטן האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק צו ליינען דערין "קריאת שמע" וועט עס ברענגען פאר'ן שטוב א געוואלדיגע שמירה.


האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק האט אנגענומען די בקשה, און זיך גענומען ליינען קבלת עול מלכות שמים מיט א געוואלדיגן ברען.


אויך האט האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא ארויסגענומען היסטארישע "ברילן" פונעם בעלזער רב זי"ע, און מכבד געווען האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק דאס אנצוטון, דער רבי האט זיך דערביי אנגערופן אז ער האפט אז די ברילן וועלן איהם ברענגעו א רפואה פאר די אויגן אויף וואס דער רבי ליידט לעצטענס פארשידענע מיחושים.


אויך האט ער צוגעוויזן נאך פארשידענע חפצים פונעם בעלזער רב, א שער מאשינדל, א ציין, א מטבע פון פדיון הבן, און נאך פארשידענע היסטארישע חפצי צדיקים, צווישן זיי א ספר בחתימת יד קדשו פונעם הייליגן שר שלום זי"ע, א טאביק פושקע פון רבי איציקל סקווערער זי"ע, א אתרוג של מצוה, פונעם יו"ט סוכות, פונעם בעלזער רב, און האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק האט געמאכט א ברכת הריח און געשמעקט דעם אתרוג.


האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק האט זיך הארציג באדאנקט פאר האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא פאר'ן געבן די זכי' עולה צו זיין לתורה און זען די אלע חפצים, און האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא האט ארויסבאגלייט האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק ביז'ן קאר ביותרת הכבוד, און די רבי'ס האבן זיך געשיידט בברכות לרוב.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page