top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מראחמיסטריווקא וועט אונטערנעמען בליץ באזוך פון עטליכע טעג קיין ניו יארק נאך יו"ט שבועות

  • לפני 44 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' נשא א' • ג' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין א פריידיגע שטימונג האבן חסידי ראחמיסטריווקא אין ניו יארק אויפגענומען די בשורה מרנינה איבער'ן קורצן ביקור דורך כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וואס וועט אנקומען אויף א בליץ באזוך פון עטליכע טעג דורכאויס די וואך פון פ' בהעלותך הבעל"ט.


דער רבי שליט"א נעמט אונטער דעם באזוך לכבוד די נגידישע חתונה, פון אן אייניקל פון הנגיד החסיד ר' יעקב פעלדהיים הי"ו מגדולי תומכי המוסדות, א זון פון זיין איידעם הרב החסיד ר' הערשל שפיטץ הי"ו, דער חתן איז א תלמיד א די ראחמיסטריווקא ישיבה גדולה מאור עינים, מיט די כלה א טאכטער פונעם בארימטן פילאנטראפ ותומך תורה הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו זון פון הרה"ח המפואר ר' משה פריעדמאן הי"ו משב"ק אדמור"י בית סאטמאר.


די רבי שליט"א וועט אנקומען קיין ניו יארק זונטאג בהעלותך אינדערפרי, און פארוויילן אין ניו יארק ביז די נאכפאלגנדע דינסטאג אויפדערנאכט. ראחמיסטריווקא חסידים וועלן דערביי אויסנוצן די געלעגנהייט להסתופף בצל הקודש בזמן שהצדיק בעיר, ביי די תפילות און מאורעות שונות וואס זענען געפלאנט אין די קורצע ימי הביקור פון רבי'ן על אדמת אמעריקא.

תגובות


bottom of page