top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ובכן לך יכתירו • הרה"ג ר' פסח ישראל שנעעבאלג אויפגענימען אלס רב דקהל צמח צדיק ויזניץ אין אלעד

מאנטאג פ' ויגש • ו' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין, אין מלכות וויזניץ בטלגרם


ובכן לך יכתירו

שטייענדיג א האלב יאר נאך די פטירה פון הגאון הצדיק ר' מנחם מענדיל פאקשער זצ"ל רב דקהל צמח צדיק ויזניץ אין שטאט אלעד, איז היינט מאנטאג געמאלדן געווארן אין א מזל'דיגע שעה פאר כלל חסידי ויזניץ, איבער די אויפנאמע פון א נייער רב אין די קהילה, לעמוד לשרת בקודש צו שטיין אין שפיץ פון אלע רוחניות'דיגע אקטיוויטעטן פאר די חברי הקהילה און מתפללי בית המדרש.


דער נייער רב הרה"ג ר' פסח ישראל שנעעבאלג שליט"א, דינט שוין לאנגע יארן אלס דיין און מורה צדק אין די ויזניצע קהילה אין שטאט אלעד, זייענדיג א אויסגערופענער תלמיד חכם און מרביץ תורה. ער איז א זון פון הגה''צ ר' פנחס שנעעבאלג שליט"א ראש ישיבה לצעירים ויזניץ אין שטאט לאנדאן, און איידעם ביי הגאון האדיר ר' משה שאול קליין שליט"א מגדולי הפוסקים בארץ הקודש, רב שכונת אור החיים ומרבני ויזניץ אין שיכון ויזניץ בני ברק.


א באשיידענע מעמד הכתרה קומט פאר יעצט אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א אויף רחוב אהבת שלום 13, מיט די באטייליגונג פון די ראשי וגבאי הקהילה פון אלעד.






























bottom of page