top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מושב טוב ישבת: בליץ-שנעלע אויפבוי פון נייעם ביהמ"ד גדול ומפואר ד'קארלסבורג אין אתרא קדישא מירון

מאנטאג פ' מצורע • ז' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט גרויס שמחה ווערט אויפגענומען די הרחבת גבולי הקדושה אין אתרא קדישא מירון, ווען דער נאסטאלגישער בית מדרשו פון הגה"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל איז דראסטיש נתרחב געווארן, מיט'ן אויפבוי פון א שפאגל-נייעם מקום רחבת ידים לתורה ולתפלה אויסגעשטאט מיט אלע באקוועמע איינריכטונגען לרחבות הציבור עולי הר הקדוש מירון.


ווי ברייט באקאנט די אויסטערלישע דביקות פונעם קארלסבורגער רב ז"ל קיין מירון, און חדשים לאנג דורכ'ן יאר האט ער דארט געוויילט און עוסק געווען בתורת הרשב"י, אינעם ביהמ"ד וואס ער האט דארט אויפגעשטעלט, און איז מיט די יארן פארוואנדלט געווארן אלס פנת יקרת לתורה ולתפלה פאר די רבבות עולי מירון, ושם אוה למושב לו, איז דער רב ז"ל געקומען לקבורה בחצר בית מדרשו, ווען דער ביהמ"ד טוט ווייטער פונקציאנירן בנשיאות בנו וממלא מקומו הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א וועלכער איז משפיע מאור תורתו אויפ'ן פלאץ, וויילנדיג דארט מערערע מאל דורכ'ן יאר.


מיט'ן וואוקס פונעם ציבור האט זיך ארויסגעשטעלט א שטארקער צורך צו מוסיף זיין על העזרות, און יעצט איז געקומען די ריכטיגע מינוט, ווען הנגיד ר' הערשל פישמאן האט זיך געלאזט קאסטן א פאנטאסטישע סומע אויפצובויען ביים דערנעבנדיגער שטח א נייעם ביהמ"ד גדול ומפואר. דער פראיעקט איז שנעל געלאזט געווארן אין גאנג, און עס איז בליץ-שנעל אויפגעבויט געווארן א פראכטפולער בנין פון 15 הונדערט סקווער פיס, ווערנדיג אויפגעבויט אין א קארגע פאר וואכן, אויפ'ן סטיל פון א דויערהאפטיגע געביידע אויף דער ערד.


דער ביהמ"ד שטייט שוין על מכונו אלס כלילת יופי, א פרעכטיגער היכל ביהמ"ד און אוצר הספרים, און אלע באדערפענישן וואס פעלט זיך אויס צו באדינען דעם ציבור אלס געשמאקער רואיגער פלאץ צו הארעווען אין לערנען און אפרעכטן די תפלות מיט הרחבת הדעת.














Comentarios


bottom of page