דאנערשטאג פ' ויחי • ט' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט גייסטרייכע התעוררות איז אפגעהאלטן געווארן אן אייגנארטיגע נסיעה דורך הונדערטער חסידי קארלין סטאלין בארה"ק, וועלכע זענען לאות הוקרה פאר נדבת לבם בהחזקת המוסדות, איז פאר זיי צוגעשטעלט געווארן א נסיעה קיין פראנקפורט, דייטשלאנד, ווען אינעם הויכפונקט האט מען פוקד געווען דעם ציון הק' פון הרה"ק הינוקא מסטאלין זי"ע, וועמענ'ס מקום מנוחת קדשו איז אין פראנקפורט.
די נסיעה איז באשיינט געווארן בראשות פון הרה"צ רבי יוחנן שוחט שליט"א, רב חסידי סטאלין אין ביתר עילית, בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א.
דעם פארלאפענעם מוצש"ק ויגש, איידער'ן זיך ארויסלאזן אין וועג, זענען די הונדערטער משתתפי הנסיעה אריין אל הקודש פנימה צום רבי'ן שליט"א, וועלכער האט זיך נאכגעפרעגט אויף אלע פרטי הנסיעה, און באטאנט די גרויסע זכי' וואס זיי האבן מעריך צו זיין א תפלת רבים ביים הייליגן ינוקא, זייענדיג די ערשטע מאל וואס עס פארט אזא גרויסער עולם צו זיין ציון, צוליב וואס זיין הילולא קדישא געפאלט אום ראש השנה.
אנקומענדיג קיין פראנקפורט האט מען פוקד געווען דעם ציון הק' פונעם יונקא, וואו מ'האט שופך שיח געווען מיט גרויס התעוררות ובקשת רחמים. דערנאך איז מען ארום באזוכן א צאל היסטארישע אלטע בתי מדרשים אין פראנקפורט. אויפדערנאכט איז אפגעהאלטן געווארן די צענטראלע "ועידה" און "מעמד הכרת הטוב", לכבודם פון די הונדערטער מחזיקי המוסדות.
אנהייב פונעם מעמד איז פארגעקומען אן אינהאלטסרייכער "פאנעל", מיט הרה"צ רבי יוחנן, וועלכער האט געענטפערט בטוב טעם ודעת אויף פילע שאלות בהלכה ומנהג און קורות הדורות.
דערנאך האט מען געהערט דעם משא המעמד דורכ'ן אורח הכבוד, הגה"צ המקובל רבי שלמה בוסו שליט"א, אייניקל פונעם הייליגן באבא סאלי זי"ע, וועלכער געניסט אן אויסנאמליכע הערצה ביים רבי'ן שליט"א, און ער האט אים מכבד געווען און געשיקט אלס שליח הקודש צום מעמד איבערצוגעבן די צענטראלע דרשה, וואו ער האט געהאלטן געשפאנט בשבח המוסדות והמחזיקים.
Comments