top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באהלי צדיקים: מרן אד' מוויזניץ וועט מחנך זיין נייעם אהל הק' אין שטאט וויזניצא ביי מסע הקודש קיין אוקראינע דעם ער"ח חשון‎

דינסטאג נח • כ"ז תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די בעפארשטייענדע מסע הקודש וואס מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א נעמט איבער דעם ענדע וואך קיין עיר האבות וויזניץ אוקראינע, ווערט אויפגענומען ביי חסידי וויזניץ מיט רגש עילאה אז ביים עלי' לציון דעם דאנערשטאג ער"ח חשון אין שטאט וויזניץ ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל צמח צדיק מוויזניץ זי"ע וועט נתחנך ווערן דער נייער הערליכער איבערגעבויטער אהל הק' וואס איז נארוואס פארענדיגט געווארן מיט פראכט און כבוד ווי ס'פאסט פאר די שרפי מעלה צדיקי בית וויזניץ זי"ע.


דער פראיעקט פון אויפבויען א נייעם אהל גייט צוריק שוין עטליכע יאר, אנגעפירט דורך די חבורת "הגן הנאה" וואס באשטייט פון א קאאליציע פון חשוב'ע עסקנים פון אלע וויזניצע קהילות בכל רחבי תבל, וואס זיי זענען עוסק אין מערערע פעולות צו פאראייביגן און מנחיל זיין זכרונם הבהיר פון די צדיקי בית קאסוב וויזניץ זי"ע לדורתם, און צווישן אנדערן האט מען זיך אריינגעלאזט אין א פארצווייגטער אונטערנעמונג אהערצושטעלן דעם נייעם אהל הק' אין בית החיים אין שטאט וויזניץ, מקום מנוחת קדשם פונעם הייליגן צמח צדיק זי"ע און בנו דער הייליגער אמרי ברוך זי"ע, און נאך צדיקים מבני משפחת המלוכה.


דער פראיעקט האט געמאכט ערנסטע פארשריט, ארבעטענדיג צוזאמען מיט הרב ישראל מאיר גבאי יו"ר אגודת אהלי צדיקים, אבער די ארבעט איז געקומען צו אן אפשטעל ווען ס'איז אונטערגעקומען די מלחמה אין אוקראינע, ווען מ'איז געווען געצווינגען אפצושטעלן די בוי ארבעט עד יעבור זעם. דעם לעצטן זומער ווען דער מצב המלחמה האט זיך היבש בארואיגט, איז די ארבעט ב"ה צוריק אריין אין שוואונג, און ווערט די יעצטיגע טעג פארטיג, און וועט נתחנך ווערן דעם קומענדיגן דאנערשטאג ער"ח חשון, ביים עלי' לציון דורכ'ן נכד שוכני המקום וממשיך שושליתא קדישא מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, ווען עס וועט צוגלייך אפגעראכטן געווארן א מעמד "חנוכת האהל הק'" בהשתתפות די פילצאליגע משתתפי הנסיעה.




2 comentarios


זעליגער
30 oct 2024

וואס זענען די צוויי קעסטלעך אין אוהל? איינס זעט אויס על מקום קבורת רבוה"ק. און די צווייטע? פון די רעבעצינס?

Me gusta
Zeliger
23 dic 2024
Contestando a

זעליגער, ביסטו א אייניקל פון ר' אברהם זעליגער?

Me gusta
bottom of page