זכותו יגן עלינו: הילולא קדישא פון הרה"ק רבי יהושע מבעלזא זי"ע ביי נכדו האד' מבעלזא
- לפני 6 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' תרומה • א' אדר | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש,JDN
דעם מאנטאג נאכט בליל ההילולא קדישא פון הרה''ק רבי יהושע מבעלזא זי''ע איז נכדו כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א אריינגעקומען צו מעריב אינעם גרויסן היכל אין קרית בעלזא ירושלים, און געדאווענט פארן עמוד לכבוד די יארצייט. נאך מעריב האט דער רב שליט"א אין א אומגעראכטענע שריט געהייסן אריינברענגען לעקח אין בראנפין זייענדיג א זעלטענע ערשיינונג אז דער רב שליט"א זאל אפרעכטן א לעקח און בראנפן אין היכל. נאכן זינגען עטליכע ניגונים האט דער רב שליט''א ארומגערעט קורצע דיבורים. דאן האט דער רבי מכבד געווען די אנוועזנדע צו דערציילן, צווישן זיי בנו הרה''צ רבי אהרן מרדכי, די אייניקלעך, און די מקורבים הרב שמעון וואלף קליין שליט"א און הרב אהרן ווינד הי"ו.
צומארגנס דינסטאג איז דער רב שליט''א אריינגעקומען צו שחרית אינעם בית תפילה בביתו נאווה קודש און יורד געווען לפני התיבה, שפעטער נאכמיטאג איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור און סעודת הילולא אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים, וואו דער רב שליט"א האט געדאוונט מנחה פארן עמוד און דעראך מעריך געווען שולחנו הטהור. נאכן זיך וואשן צום סעודה איז געווען עטליכע סיומים צווישן זיי הרה''צ רבי אהרן מרדכי און די אייניקלעך וועלכע האבן מסיים געווען מסכתות. דער רב שליט''א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס און מיט די שבע ברכות לרגל די אריבער 15 חתנים האט מען מכבד געווען הגה''צ אב''ד סקאהל שליט''א נכד בעל ההילולא.






















תגובות