top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פלענער אויפצובויען פרישער בנין פאר "פינפטע ישיבה" אינעם נעץ פון "מתיבתא ד'סאטמאר קרית יואל"

זונטאג שבוע שחל בו פסח • י"ג ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

קרעדיט: קרית יואל היימשטאט


מיט שטורמישע פרייד כוואליעס און א יום טוב'דיגער שטימונג, נעמען אויף סאטמארער חסידים אלוועלטליך דעם פרייליכן אנטוויקלונג אינערהאלב די ישיבות גדולות אימפעריע "מתיבתא תורה ויראה דסאטמאר", אז אין די יעצטיגע תקופה ווערן געמאכט ערנסטע פלענער זיך צו נעמען צום אויפבוי פון א נייע בנין מפואר אין וועלכע עס וועט אי"ה איינקווארטירט ווערן א פולקאמע פרישע ישיבה גדולה געביידע מיט אלע צוגעהערן, נאכצוקומען די מאסיווע וואוקס פון די תלמידי הישיבה וואס האלט שוין היינט צוטאגס ביי אריבער טויזנט תלמידים בליעה"ר כ"י.


כהיום יום זענען שוין פאראן פיר פאראלעל ישיבות גדולות אויפ'ן הייליגן בארג סמוך ונראה צום ציון הק' אין קרית יואל, וועלכע זענען איינקווארטירט אין די עקזיסטירנדע פיר בניני הישיבות, יעדע איינע מיט דריי באזונדערע יארגענג, אין צוגאב צו נאך צוויי ישיבות פאר די עלטערע יארגאנג. כאטש וואס בלויז אין די לעצטע צען יאר זענען צוגעקומען צוויי גיגאנטישע בניני הישיבות להרחבת גבולי הקדושה דארף מען שוין אצינד מאכן פאקטישע פלענער זיך צו נעמען צום אויפבוי פון א שפאגל- נייע בנין אלס דער "פינפטע ישיבה" אינעם נעץ פון "מתיבתא קרית יואל".


אין די קומענדיגע חדשים וועט אי"ה געלאזט ווערן אין גאַנג א גרויסארטיגער "קרן הבנין קאמפיין", ווען די הנהלת הישיבה וועט זיך ווענדן צו סאטמארער נדיבים בעם בכל מקומות מושבותיהם, און אויפרטייבן די אסטראנאמישע סכומים וואס עס פאדערן זיך צו קענען אויפבויען דעם בית הגדול והקדוש, ביז צום ענדגילטיגן חנוכת הבית אינגיכן לשם ולתפארת ולתהלה.

bottom of page