top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרחיבי מקום אהלך • ק"ק טשערנאביל לאנדאן אפגעקויפט בנין צו פארדאפלען ביז יעצטיגער ביהמ"ד

מיטוואך פ' שמיני • כ"ד אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


חסידי טשערנאביל אין לאנדאן האבן ערהאלטן די פרייליכע בשורה אז די הנהלת הקהילה איז בברכת קדשו פון כ"ק האדמו"ר מטשערנאביל שליט"א אריין אין קאנטראקט אפצוקויפן דעם בנין הארט נעבן די עקזיסטירנדע בית המדרש אויף נארטפיעלד ראוד, ארויסצובויען און פארדאפלען די ביז יעצטיגער בית המדרש וואס וועט צוברענגען א ריכטיגע הרחבת הדעת פאר די מתפללים און חברי הקהילה.


די טשערנאבילער שטיבל איז שוין פון לאנג אויסגעוואקסן איר מאקסימום, ווען א פשוטער שבת איז פשוט נישטא קיין איין איבריג פלאץ. אצינד מיטן אפקויף פון די בנין דערנעבן, וועט מען קענען פילפאכיג פארברייטערן די גבולי הקדושה, מען וועט אויפבויען א נייע גרויסע לופטיגע היכל ביהמ"ד, און אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר די שיינע קהילה נאה וחסידה.


לכבוד דעם גמר המקח איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת לחיים אין ביהמ"ד אין שפיץ פונעם חשובן גאסט הרה"צ רבי לייבוש טווערסקי שליט"א בן כ"ק האדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין לאנדאן און האט אויפגעטראטן מיט דברי ברכה לכבוד המאורע.






Comments


bottom of page