דינסטאג פ' האזינו • כ"ח אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט א חרדת קודש ושמחה עילאה האבן מקהלות אלפי חסידי סקווירא געפייערט די היסטארישע געשעעניש בתולדות החסידות, די לאנג ערווארטעטע מעמד "פתיחת ההיכל", ווען מ'האט אין א מזל'דיגע שעה זוכה געווען צו מחנך זיין דעם בית גדול וקדוש, דער נייער ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, וואס איז אפגעראכטן געווארן במעמד כל קהלא קדישא חסידי סקווירא במוצאי מנוחה, איידער אמירת סליחות, ווען עס האבן זיך צונויפגעזאמלט פילע טויזנטער חסידים מיטהאלטן די ערשטע סליחות בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
מוצאי שבת ארום האלב נאך עלף איז געווען "פתיחת שערים", ווען די גיגאנטישע דלתות ההיכל זענען ברייט געעפנט געווארן, און עס האט זיך פארמירט א שפרודלדיגע אריינגיס פון שווערע טויזנטער חסידים וועלכע אריינמארשירט אינעם היכל, און מיט אומגעהויערע הנאה ותענוג רוחני איז מען ארום באטראכטן דעם היכל האדיר מיט די גאלעריען, קארידארן און ארומיגע היכלים בתוככי בנין החדש.
דאן איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד קודש "לימוד תורה דרבים" פאר משך א שעה רצופות, כרצון קדשו פונעם רבי'ן שליט"א. עס האט אפגעדונערט א הילכיגע קול תורה פון אזויפיל טויזנטער לומדים זקנים עם נערים, ווען אין שפיץ באשיינען די פיר זון פונעם רבי'ן, הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א.
ארום האלב איינס, נאנט צו חצות הלילה איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד צום מעמד פתיחת ההיכל. דער ציבור האט פייערליך אויסגעבראכן אין געזאנג אויפ'ן ניגון "פתחו לי שערי צדק", און דער רבי איז צוגעגאנגען צום אויבן-אן, פארנט פונעם ארון הקודש, און מפאר געווען על ראש המעמד. מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות, און דאן האט מען געהערט די פייערדיגע דברי פתיחה דורך הרה"ג ר' סענדער אויסטערליץ שליט"א מו"ץ שיכון סקווירא, וועלכער האט ארומגעקאכט איבער'ן מה נורא המקום והזמן הזה, הערליך פארטייטשט אויף די פיוטי סליחות.
נאכ'ן ממשיך זיין מיט נאך עטליכע ניגוני התעוררות, האט מען זוכה געווען צו הערן די לענגערע דברי אלקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א, אנהייבנדיג מיט'ן אפגעבן א שבח והודאה צום אויבערשטן אז מ'האלט ב"ה דא ביי די גרויסע שמחה פון פתיחת שערים, און מיט א קול רגש מעורר געווען זכות אבות, מה נורא המקום הזה, וואס באותו מקום האט דער טאטע זי"ע געלייגט דעם אבן הפנה, דא האט ער געוואוינט און אפגעראכטן די עבוה"ק עטליכע יאר, וקדושתו עומדת לעד.
דער רבי האט דאן א לענגערע צייט מעורר געווען אויף עניני תפלה, און זיך אויסגעדרוקט אז יעדער ווייסט ביי זיך אין וואס מ'דארף זיך מחזק און מקבל זיין קבלות טובות בעניני תפלה, און יעצט איז דער זמן גרמא ווען מ'איז מחנך דעם בית ה', והכל בתר רישא גריר. מיט א קול געשטיקט פון טרערן האט דער רבי מעלה געווען זכרון קדשו פונעם טאטן ז"ל, זאגנדיג אז מ'האט געבויט דעם ביהמ"ד על דעת קדשו, און זיין זכות זאל מגין זיין אויף די גאנצע עדה הקדושה, און די תפילות אין דעם מקום קדוש זאל נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.
מ'האט געזינגען א ניגון שמחה, און דער רבי האט דאן געצינדן ליכט, און דאן מיט א געוואלדיגע השתפכות הנפש פארגעזאגט מזמורי תהילים, צווישן זיי די קאפיטלעך פון הלל. מיט יהי רצון האט דער רבי מכבד געווען פארצוזאגן בנו בכורו הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א, און די פיר זון האבן געזאגט קדיש. דער רבי איז דאן אריין אין דאווען-שטוב און בנו הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו סליחות, ווען דער ביהמ"ד איז פול געפאקט מקצה אל הקצה, ווערנדיג נתקדש בקדושה עליונה דורך די פילע טויזנטער מעוררי רחמים אינעם שעת רחמים ורצון.
נאך סליחות ארום 2:30 איז דער רבי צוריק אריין אין ביהמ"ד, און באשיינט דעם בימת הכבוד. דער משב"ק הרב ביינוש אייזנבערג האט מכריז געווען די יערליכע תרומות הקודש פאר'ן רבי'נס קאסע "שקל הקודש", און דערנאך האט דער רבי געטיילט לעקאך פאר די קינדער, שטייענדיג, כנהוג, און דערנאך מאציל געווען ברכת קדשו פאר'ן גאנצן ציבור, אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.
דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און ממשיך געווען מיט'ן טיילן לעקאך פאר'ן גאנצן ציבור, ביז קרוב צו 4:30 פארטאגס, פארטיילנדיג עטליכע טויזנטער שטיקלעך לעקאך אויף א ספעציעלן סדר, פאר זקני העדה, בעה"ב ואברכים און בחורי חמד. דורכאויס דאס טיילן האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי עטליכע נגידים און עסקנים און עושי המלאכה, וואס האבן אריינגעלייגט כוחות עצומות אז דער ביהמ"ד זאל זיין גרייט על מכונו והיכלו, און געוואונטשן לענגערע ברכת קדשו.
שוין קרוב צום עלות השחר האט דער רבי פארלאזט דעם היכל החדש, בשעת דער ציבור צעשפרייט זיך מיט לעכטיגע געפילן מיטלעבנדיג א היסטארישע געשעעניש בקורות עיר הקודש שיכון סקווירא.
Comentários