top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקרעטשניף ווידער אין שפיטאל מיט שווערע לונגען אנטצינדונג און הארץ קאמפליקאציעס

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 7 באוק׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 8 באוק׳ 2024

מאנטאג וזאת הברכה א' • ה' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

היינט נאכמיטאג אין ארץ ישראל איז כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, זייענדיג אנגעוויזן אויף רחמי שמים.


נאך א שוואכקייט וואס איז באפאלן דעם רבי'ן שליט"א פארלאפענעם שבת שובה האט מען דורכגעפירט פארשידענע אונטערזוכונגען וואו די דאקטוירים האבן פעסטגעשטעלט אז דער רבי ליידט פון א שווערע לונגען אנטצינדונג און צוגאב צו הארץ קאמפליקאציעס און איז אנגעוויזן אויף באהאנדלונגען אין שפיטאל, די רבי שליט"א איז תיכף אריינגעפירט געווארן צו די איי. סי. יו. אפטיילונג אין די קפלן שפיטאל אין רחובות.


אין א מודעה וואס איז ארויסגעשיקט געווארן דורכן רבינ'ס שטוב האט מען פארבעטן פון די חסידים צו מתפלל צו זיין און מעורר זיין רחמי שמים אז די רבי זאל קענען ווי אמשנעלסטן אהיימקומען בבריאות השלימות, דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן מנחם אליעזר זאב בן אסתר רחל בתוך שאר חולי ישראל.

תגובות


bottom of page