top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עקסקלוסיווע מסיבה לטובת איבערבוי פון נאסטאלגישע צאנזער ביהמ"ד אין עיה"ק צפת בביתו נאווה קודש פון האד' מצאנז

מאנטאג פ' תזריע • כ"ט אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם זונטאג ביינאכט פ' שמיני איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אין קרית צאנז נתניה אן עלעגאנטע מצומצם'דיגע מסיבה פאר ארום אכציג חשובע נגידים און בעלי יכולת חסידי צאנז אין בעפארברייטונג צום הרחבת הגבולים פון די הייליגע צאנזער קלויז אין עיה"ק צפת.


די יעצטיגע פלענער איז צו פארברייטערטן דאס ביהמ"ד נישט אוועקנעמענדיג פון די אלטע היסטארישע חן אין צובויען א פראכפולע היכל התורה אויפן שטאק העכער דעם ביהמ"ד.


ביי די מסיבה האט כ"ק האדמו"ר מצאנז שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש און מרחיב געווען איבער די ספעציעלע קדושה פון די ביהמ"ד, און משבח געווען די עסקנים העוסקים בצרכי ציבור און די נגידים התומכים בידיהם צו אויסברייטערן די ביהמ"ד, וואס האבן א שותפות מיט די הייליגע צאנזער רב זי"ע דורך זיין הייליגע ביהמ"ד.


אלס גאסט רעדנער ביי די מסיבה האט גערעדט די בארימטע פה מפיק מרגליות הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א וואס האט אנגעצינדן א פלאם ביי די נגידים זיך אנצושטרענגן יותר מכפי יכלתם. 


דערנאך האט גערעדט בנו חביבו פונעם רבין שליט"א הרה"צ ר' אברהם הלברשטאם שליט"א אבד"ק קרית צאנז אין טבריה און די גלילות ארום טבריה וואס רעכענט אריין צפת.


נאך די מסיבה זענען די נגידים אדורך להתברך און באקומען פון רבין שליט"א א אייגנארטיגע מזכרת א 'אבן קדוש', א הייליגע שטיינדל פון די היסטארישע ביהמ"ד געבויעט בקדושה וטהרה דורך די צדיקים שרפי מעלה זי"ע.



























Comments


bottom of page