top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צוזאמקום פאר זקני וחשובי העדה דק"ק סאטמאר קרית יואל לקראת מאסיווע קאמפיין לטובת מוסדות סאטמאר קרית יואל

מאנטאג פ' בהר • י"ב אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


פארלאפענעם ליל שישי אמור, איז אפגעהאלטן געווארן א באדייטפולער צוזאמקום, ווען די חשובי פני העדה דק"ק סאטמאר אין קרית יואל, די זקני העדה וראשי בית אבות, זענען זיך צונויף געקומען לפּונדק אחד מיטן ציל, צו פארזיכערן די המשכת הדורות פון די קינדער און אייניקלעך אין די מוסדות הקדושים בקרית אין קרית יואל. אויף די פערזענליכע בקשה פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א.


עס איז געווען א ערהאבן בילד צו זעהן די השתתפות פון די חשוב'ע פארי הקהלה וואס האבן נאך מטגעהאלטן בהלו נרו על ראשינו ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט מיט זיין הייליגע שאיפה און רצון מייסד געווען דעם עיר הצדק ונאמנה, דאס אלעס אז עדת צאן מרעיתו זאלן האבן אן אייגן ערליך ווינקל, אפגעזונדערט פון די גאס, צו קענען מחנך זיין די דורות נאמנים לד' ולתורתו.


די אסיפה פאר זיך איז געוועהן א צוועק פון עסקנות ביטע פאר די עלטערע דור, און אויף דעם אליין האבן זיך צוזאמגענומען אזא הערליכער שיינער ציבור ראשי בית אב. באותו מעמד זענען די משתתפים אריבער פערזענליך ביי הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, איבערגעבן זייער שטר קבלה וואס זיי האבן גענומען אויף זיך גרעסערע צילן וואס זיי וועלן שאפן ביים גראנדיעזן "כוננהו" קאמפיין, דעם קומענדיגן זונטאג און מאנטאג במדבר הבעל"ט. צו אינאיינעם אַרבעטן אויפצוטרייבן די פאנדן אז די קהלה זאל האבן א קיום אויף ווייטער.























2 Comments


קריספדאנט
Jun 02, 2024

עס איז וועלט בארימט די הערליכע אימפּעריע וואס "קהל יטב לב סאַטמאַר קרית יואל" שטעלט מיט זיך פאָר. אַ קהלה וואס טוט געטריי באגלייטן אירע טויזנטער חברי הקהלה בליעה"ר מיט אלע צרכי רוחניות ויהדות, תחת דגלו והדרכתו פון מנהיג ונשיא העדה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, בראשות איש על העדה, רועה נאמן לעדתו, הגאון הצדיק אבד"ק ור"מ שליט"א.

אבער נישט אלעמאָל איז דאָס געווען אזוי גלאַנציג.. בלויז 6 יאר צוריק האט מען נאך געהאַלטן ווייט פון דעם יעצטיגן בליענדן הוה, מיט די מאַכטפולע פלענער אויפ'ן עתיד.

מיט די התרוממות קרן הקהלה פון איינצעלנע יארן, האָט מען איבערגעשריבן די מאַפּע פון "קהל יטב לב קרית יואל". דאָס האָט געגעבן דעם שטויס קראַפט אויפצובויען דעם מעכטיגן אימפּעריע, מיט א וויזיאָנערישע ענערגיע, צו בויען און גיין…


Like

Guest
May 21, 2024

כוננהו קאמפיין איז נישט פאר די 'מוסדות'. עס איז פאר די קהלה. לכונן קהל יטב לב קרית יואל

Like
bottom of page