top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בריך מתייך לשלם: ביקור קודש פון האד' מקארלין-סטאלין אין ניו יארק; היסטארישער שבת רבתי אין בארא פארק

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 26 בנוב׳ 2024
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 27 בנוב׳ 2024

דינסטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט אומגעהויערע התרגשות ווערט אויפגענומען ביים ניו יארקער אידנטום בכלל און ביי אלפי חסידי קארלין-סטאלין בפרט אין אמעריקע, איבער דער ביקור הוד ומרומם און היסטארישער שבת התאחדות וואס כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועט אפרעכטן דעם היינטיגן שבת תולדות פאר כל הקהל הקודש בעיר ואם בישראל בארא פארק.


דער רבי שליט"א קומט צו פארן קיין אמעריקע לרגל די היסטארישע מאמענט, דער מעמד אדיר "הנחת אבן הפנה" צום נייעם גיגאנטישן בית גדול לאלקים, דער נייער ביהמ"ד הגדול דחסידי קארלין סטאלין אין בארא פארק, וואס מ'האט שוין אנגעהויבן די פאקטישע קאנסטרוקציע די לעצטע פאר חדשים, ביים נייעם בנין אויף די 16'סטע עוועניו און 46'סטע גאס, און לאור די פריידיגע פארשריט פון הרחבת גבולי הקדושה, האט דער רבי פארשפראכן צו קומען צו פארן און מפאר זיין על ראש קהל עדת צאן מרעיתו ביים מעמד הנחת אבן הפנה, ווען צוגלייך וועט מען זוכה זיין ליהנות מאורו הבהיר בנועם קדושת השבת, ביי אן ערשטמאליגער שבת ברוב עם הדרת מלך, אנדערש ווי ביז היינט ווען דער רבי פלעגט פראווען שבתים וויילנדיג אין ניו יארק נאר אויף א פריוואטן פארנעם.


דער רבי שליט"א וועט לאנדן אין ניו יארק דעם דאנערשטאג תולדות אינדערפרי, און דאווענען שחרית בבית מדרשו אין בארא פארק. דורכאויס דעם טאג וועט זיין זמני כניסה פאר די חסידים, און אויפדערנאכט וועט זיין א מעמד כבוד התורה פאר די תלמידי המתיבתא סטאלין אין בארא פארק.


דער גרויסער שבת מרומם וועט אפגעראכטן ווערן אויף א גרויסן פארנעם אין די ריזן "די פעלעס" זאלן וואס ווערט אויסגעשטעלט מיט די מאקסימום זיץ און שטיי ערטער צו אקאמאדירן דעם ציבור האלפים, און באזונדער איז אקטיוו א פיבערהאפטיגע וועד הכנסת אורחים צוצושטעלן אכסניות פאר די פילצאליגע משפחות פון חסידי סטאלין וואס קומען פארן פון אלע שטעט איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשורזי.


צום קלימאקס וועט במוצאי יום גילה אפגעראכטן ווערן דער מעמד נהדר ונרגשת "הנחת אבן הפנה" ביים שטח הבני' פונעם נייעם ביהמ"ד, במעמד אלפי החסידים ותושבי העיר בארא פארק.


זונטאג ויצא פארנאכטס לסדר 'יציאת צדיק מן המקום עושה רושם' וועט זיך דער רבי אהיימקערן למעון קדשו אין ארץ ישראל, איבערלאזנדיג א רישומא דקדושה ביים גאנצן ציבור חסידים וואס ציילן שוין די שעה'ן צום ביקור קודש ווען מ'וועט זוכה זיין צום הנה מלכך בא.

留言


bottom of page