top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בזמן שהצדיק בעיר: סדר ימי הביקור פון גרויסארטיגן ביקור הקודש דורך האד' מסאטמאר קיין אנטווערפען

זונטאג פ' וישלח • ז' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

א פייערדיגע התרגשות דקדושה טוט איינהילן תלמידי וחסידי סאטמאר אין אייראפּע, ווען מ׳ציילט שוין די טעג און די שעה׳ן פון דעם גרויסן יומא טבא אריכתא, ווען זיי וועלן האָבן די זכי׳ אז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועט קומען צו פאָרן מאיתן מושבו לעירם, ומלך במסיבו יופיע בהדרו, לחזק ולעודד קהל עדת צאן מרעיתו אין אנטווערפען וואס זענען אין ברען פון אַזאַ וואונדערליכע הרחבת גבולי הקדושה בקרב הקהילה. פאָלגענד איז דער סדר ימי הביקור, לויט ווי איבערגעגעבן פון דער ועד הנסיעה, שטייענדיג בלויז א קארגע מעת לעת פונעם גרויסארטיגן ביקור הקודש.


דער רבי שליט"א וועט אי"ה אַרויספליען פון ניו יאָרק מארגן זונטאָג פאַרנאַכטס, אין באגלייטונג פון א געערטער פּמליא, משמשים בקודש, ראשי קהלה, מנהלי המוסדות, בניו הרבנים הגאונים הצדיקים שליט”א, וועלכע פאָרן מיט אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט״א, מחזק צו זיין די הייליגע קהלה ומוסדות אין אַנטווערפּען, משאת נפשו של צדיק. דער פליגער וואט אי״ה לאַנדן אויף דער בעלגישער באָדען מאָנטאָג אינדערפרי, ווען א דעלעגאציע פון פני ונכבדי העדה וראשי הקהלה וועלן מקבל זיין פּני קדשו פונעם רבי'ן שליט”א אינעם לופטפעלד.


פונעם לופטפעלד וועט דער רבי צופאָרן צו די אכסני', וואס וועט זיין אין שטוב פון הרבני הנגיד מוה"ר יעקב יוסף לעפקאוויטש הי"ו, ראש הקהל דק״ק אנטווערפּען. אויפ׳ן וועג צו תפלת שחרית אין ביהמ״ד הגדול, וועט פאָרקומען אַ פייערליכער מעמד ״קבלת פּנים״ ברחובה של עיר דורך די הונדערטער ילדי תינוקות של בית רבן, וועלכע וועלן אָפּוואַרטן מיט פרייד און געזאַנג דעם רבי'ן שליט"א.


תיכף דערנאך וועט מען זיך שטעלן דאַווענען א געהויבענעם תפלת שחרית אין סאטמארער ביהמ״ד, ווען אַ גרויסער ציבור וועט אי״ה מיטדאַווענען מיטן רבי'ן שליט"א ברוב עם הדרת מלך. נאָכ׳ן דאַווענען וועט אי"ה פאָרקומען אַ געהויבענער מסיבת לחיים ומעמד קבלת פּנים, מיוחד פאר כל קהלא קדישא הדין, במקהלות עם, תלמידי וחסידי סאטמאר און תושבי העיר היראים והחרדים לדבר ה', וועלכע וועלן מקבל זיין ברגשי קודש דעם מנהיג עדת ה', רעיא מהימנא קדישא.


אָנגעהויבן פון דעם מעמד קבלת פּנים וועט זיך אָנהייבן דער "יומא אריכתא", איין לאַנגער קייט פון הערליכע מאורעות, מסיבות און מעמדים, וואס וועט פארקומען בראשות פונעם רבי'ן שליט"א, וואס וועט זיין ווי איין גרויסער יום טוב פאַר'ן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי אַנטווערפּען. עקסטער וועט דער רבי אפּהאלטן די ביקורי נימוסין ביי די רבני העיר פון אַנטווערפּען ולעומתם ברוך יאמרו מיט די ביקורי גומלין ברגשי כבוד והערצה.


דורכאויס'ן באַזוך פון רבי'ן שליט"א וועלן אי"ה אפּגעהאלטן ווערן דריי באַזונדערע ענגע באַנקעטן פאַר די נדיבים וועלכע שליסן זיך אָן מיט'ן קויפן גרעסערע סכומים אינעם בנין הביהמ״ד החדש, און אזוי אויך אינעם בנין התלמוד תורה החדש.


באזונדער וועלן דורכאויס די טעג פון רבינ'ס באַזוך פאָרקומען אסיפות מיט די מנהלים וראשים פון אלע פליגלען פון די קהלה ומוסדות אין אַנטווערפּען, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, לשמוע עצתו ולקבל הדרכתו על כל פרט ופרט.


לעת ערב וועט דער רבי שליט״א אַריבעפאָרן קיין ״ווילרייק״, וואו דער רבי וועט דאַווענען תפלת מעריב אין דער ישיבת ״עץ חיים ווילרייק״, וואו הונדערטער בחורי חמד פון איבער די גארער וועלט ווערן נתחנך לשם ולתפארת אונטער די השפעה פונעם ראש הישיבה הגה״צ רבי חיים ארי׳ שפּיץ שליט״א, א שוואגער פונעם רבי'ן שליט״א, און א חשוב׳ער אייניקל פונעם רבי'ן שליט״א איז ממובחרי תלמידי הישיבה. עס וועט פאָרקומען אַ קבלת פּנים במעמד רבנן ותלמידהון און דער רבי שליט״א וועט אויפטרעטן מיט א דרשה ודברות קודש פאר די תלמידים.


מאנטאג אויפדערנאכט וועט פארקומען די מלכות׳דיגע מאורע ״בונים עתידתינו״ אין אַ מאַיעסטעטישן האָטעל, אין אַ פאָר-געגענט פון אַנטווערפּען, מיוחד פאר די חסידים תושבי העיר, וועלכע וועלן זיך צונויפנעמען מיט אַן אש להבה, פאר זייער אייגענעם עתיד מיט׳ן אויפבוי פונעם נייעם סאטמארער ביהמ"ד.


דינסטאג צופרי וועט דער רבי דאווענען אינאיינעם מיט תלמידיו הקרויים בנים תלמידי הישיבה קטנה תורה ויראה ד'סאטמאר, וועלכע גרייטן זיך שוין אזויפיל לאנגע וואכן און חדשים צו דעם גרויסן טאָג, מיט שעות רצופות, און א הכנה דרבה לקבל את פני מלכם.


תיכף נאָכ׳ן דאַווענען וועט אי״ה פארקומען א מסיבת לחיים און דער רבי שליט״א וועט משמיע זיין דברות קודש ודברי חיזוק פאר די תלמידים החשובים. דערנאך וועט אי״ה פארקומען א ״פּריוואטער פּת שחרית באַנקעט מיוחד לנגידים״, לטובת דעם קרן הבנין פונעם ביהמ״ד החדש והמפואר, דער באַנקעט וועט פאָרקומען בבית הנגיד הרה״ח רבינו איזראעל הי״ו, ״מעמודי התווך״ פון סאטמאר אַנטווערפּען. אין די נאכמיטאג שעה׳ן וועט פארקומען א מסיבה מפוארה לנגידים קאמבאנירט מיט א מסיבת שבע ברכות לבת הגה״צ רבי אלעזר פריעדמאן שליט״א, דומ״ץ סאטמאר אנטווערפען וחדב״ן כ״ק אדמו״ר מפשעווארסק שליט״א.


דער סאַמע קלימאַקס פונעם "ביקור הקודש" וועט זיין דער גרויסאַרטיגער “מעמד הנחת אבן הפּינה וכינוס אנ״ש", וואס וועט אפּגעראכטן ווערן דינסטאג נאכמיטאג, וואו ס׳ווערן ערוואַרטעט אַלע תלמידי וחסידי סאטמאר פון אַנטווערפּען און די פילע הונדערטער געסט פון איבער גאַנץ אייראָפּע וואָס וועלן אַלע קומען זיך מסתופף זיין בצלא דמהימנותא קדישא.


דער מעמד הנחת אבן הפינה וועט פארקומען ברוב פאר והדר אינעם גרויסן ״בית רחל״ זאַל אינאיינעם מיט דער פייערונג פון ״סיום זכרו״, במעמד קהל ועדה, ובראשם אַלע רבני עיר אַנטווערפּען, רבני ק״ק סאטמאר פון לאנדאן און מאנטשעסטער, ועל צבאם כ״ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א.


בהאי שעתא וועלן די מקהלות עם האבן די זכי׳ לקבל את פני הקודש פון כ״ק אדמו״ר מפשעווארסק שליט״א, אשר אור צדקתו זורח אין דער שטאט אנטווערפּען ועיניו נשואות כל הימים למען הצלחת ק״ק סאטמאר ומוסדותי׳, והנה המלכים נועדו יחדיו, מיט א געהויבענעם מחול לצדיקים לרגל דעם הנחת אבן הפינה, שמחת סיום פון זכרו און די שמחה במעון קדשו פונעם פּשעווארסקער רבי׳ן שליט״א, אשרי עין ראתה כל אלה.


במקהלות עם וועט מען דערביי אַוועקשטעלן די יסודות פאַר'ן אויפבוי פונעם בנין האדיר והחדש און דער רבי שליט״א וועט משמיע זיין דעם צענטראַלן משא הקודש פאר עדת צאן מרעיתו תושבי אייראָפּע, למען עשה כהיום הזה להחיות עם רב.


מיטוואָך אינדערפרי וועט דער רבי שליט"א אי"ה דאווענען שחרית אינאיינעם מיט די ילדי צאן קדשים, נאכ׳ן דאווענען וועט פארקומען א הערליכע מסיבת לחיים וקבלת פנים אינעם זאל ״עטרת אברהם״ שע״י בנין התלמוד תורה, וואו דער רבי שליט״א וועט משמיע זיין דברות קודש ודברי הדרכה פאר די תלמידים.


אויך וועט דער רבי שליט"א באַזוכן אינעם בית חינוך לבנות "בית רחל", וואו ס'ווערן נתחנך די הונדערטער בנות ישראל הכשרות, איבעראל, בכל מקום בואו, וועט דער רבי שליט"א משמיע זיין דברות קדשו, דברי חיזוק והתעוררות, אויף וואָס דער גאַנצער ציבור, הקטנים עם הגדולים, קוקט אַרויס בכליון עינים און מיט אַ געוואַלדיגער התרגשות.


אין די נאַכט שעה׳ן וועט אי״ה פארקומען דער פּראַכטפולער מעמד ״חנוכת הבית״ פאר׳ן נייעם פליגן פונעם תלמוד תורה, וואס איז אויפגעבויעט געוואָרן — פאר שווערע מיליאנען דאלארן פון נדיבי בית סאטמאר.


במשך דעם ביקור הקודש וועט אי"ה געגעבן ווערן די געלעגנהייט פאר די חסידים תושבי אַנטווערפּען און תושבי אייראפּע צו קענען אריינגיין זיך געזעגענען בקודש פּנימה, מיט אַ סדר מיוחד אַז יעדער זאָל קענען אַריינגיין לברך ולהתברך בצלא קדישא עלאה בזמן שהצדיק בעיר, טראץ די גאר קורצע צייט פונעם באַזוך, וואו יעדער מינוט איז אויסגערעכנט מיט ביקורים און מאורעות.


דאנערשטאג אינדערפרי וועט דער רבי שליט״א דאווענען תפלת שחרית אין ביהמ״ד הגדול, און פון דארט, נאָך כמעט א וואך פון געהויבענע טעג, וועט אי"ה דער רבי שליט"א זיך אַרויסלאָזן צוריק אויפ'ן וועג אהיים לביתו נאוה קודש, איבערלאָזנדיג הויפנס השפּעות וחיזוק פאַר'ן גאַנצן ציבור זיך צו קענען דערהאַלטן ווייטער, און ווייטער פאָרזעצן די הרחבת גבולי הקדושה, בעוז וברמה.


סאטמאר אַנטווערפּען, לבשי בגדי תפארתך! בזמן שהצדיק בעיר, הוא הודה, זיוה והדרה!



Comentarios


bottom of page