top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערהאבן מעמד חנוכת הבית פאר נייע סאטמארער מיידל קעמפ 'מרת קויפמאנס קעמפ' בראשות האד' מסאטמאר

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 23 באוג׳ 2024
  • זמן קריאה 2 דקות

פרייטאג פ' עקב • י"ט אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

ree

דעם זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין אלסטער הייטס אויף די יערליכע באזוך אין מחנה רב טוב - מרת קויפמאנ׳ס קעמפ, וואו דער רבי האט מפאר געוועהן ביים באשיידענעם מעמד חנוכת הבית פארן נייעם ריזיגן ׳בנין אברהם מאיר יאזשעף׳ בנדבת משפחת יאזשעף הנכבדה.


ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די הנהלת המחנה און אינאיינעם אריבער צום גרויסן זאל ווי עס זענען געווען פארזאמלט אלע תלמידות, דערנאך איז דער רבי ערשינען אינעם נייעם ריזיגן ׳בנין אברהם מאיר יאזשעף׳, דער רבי איז ארומגעגאנגען אינעם גאנצן בנין פאר א לענגערע וויילע און באגלייטונג פון די הנהלה, און דערנאך אריינגעקומען אינעם גרויסן זאל ווי עס האבן זיך פארזאמעלט אלע תלמידות ומחנכות. עס האט אויפגעטרעטן הר"ר בנציון פייערוועקער שליט"א - מנהל בית רחל און הרה״ג ר׳ דוד ראזענבערג שליט״א - מנהל המחנות און ווארעם באגריסט דעם רבי'ן שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די מיידלעך ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון גיין אין די דרכים פון הרה"ק מסאטמאר זי״ע און ארומגערעדט איבער די נייע בנין וואס מען באנייט און ארויסגעברענגט לשבח פון די הנהלה גשמיות וואס שטייט צו די האנט מיט וואס מען דארף און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר די תלמידות און פאר די הנהלה רוחניות וגשמיות.


פון דארט איז דער רבי אראפ אינעם קלענערן זאל ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'חנוכת הבית׳ פארן נייעם בנין אינאיינעם מיט נדיבים בעם נדבני הבנין און הנהלת המחנה, עס האט אויפגעטרעטן דער יו״ר הרה״ח ר׳ מאיר מרדכי בערקאוויטש הי״ו און אויסגערופן די נעמען פון די נדבנים וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט פרישע סכומים לטובת השלמת הבנין, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה״ג ר׳ דוד ראזענבערג שליט״א - מנהל המחנות וואס האט זיך ווארעם באדאנקט פאר די הנהלה און אלע עסקנים, דער רבי האט דאן משמיע געווען דברות קודש און ארומגערעדט בשבח פון די הנהלת המחנה וואס לאזט זיך קאסטן שווערע געלטער צוצושטעלן אלעס פאר די מיידלעך בגשמיות וברוחניות, און ארויסגעברענגט די שמחה פון באנייען א נייעם בנין ובפרט א חנוכת הבית פאר א בנין פאר די מיידלעך, און ארומגערעדט איבער די שטארקע כוחות וואס הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אריינגעלייגט אין חינוך הבנות ספעציעל במשך די זומער וואכן אין קעמפ, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די הנהלת המחנה, פאר די נדבני הבנין, און פארן גאנצן ציבור.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page