top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שראפאנעל פליענדע ראקעט באטראפן שיירה פון גאב"ד מאקאווא; ב"ה אן קיין פארוואונדעטע

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 3 בנוב׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 4 בנוב׳ 2024

זונטאג לך לך • ב' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

גרויס ניסים האט פאסירט דעם דאנערשטאג ווען די שיירה פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א איז באטראפן געווארן פון פליענדע ראקעטן זייענדיג אונטערוועגענס צום ציון פון התנא רבי יהודה בן בבא אינעם דערפל שפרעם נישט ווייט פון קרית אתא אין די חיפה אומגעגענט. 


שוין צענדליגער יאהרן וואס דער מאקאווא רב שליט"א טוט אנהאלטן דעם קביעות'דיגע נסיעה יעדן ערב ראש חודש צום ציון פון התנא רבי יהודה בן בבא וועלכער איז געוועהן פון די עשרה הרוגי מלכות און זיין ציון איז באקאנט אלס א מקום מסוגל לישועות.


נאכן מתפלל זיין ביים ציון האט א באראזש פון ראקעטן פון לעבאנעזער טעריטאריע אנגעהויבן באהאגלען דער אומגעגענט, א שראפנעל פון א מיסיל האט באטראפן די ווען וואס האט געפירט א מנין מאקאווא חסידים, בחסדי שמים איז  קיינער נישט פארוואונדעט געווארן און בלויז די ווען האט געליטן שאדנס פון אויסגעשאסענע פענסטער. כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א האט זיך נישט געפינען אינעם ווען מיט די חסידים, און האט פארלאזט דעם ציון מיט בלויז געציילטע מינוטן פריער אויפן וועג צום שטאט נהריה, אויף א באזוך ביי האד' רבי דוד אבוחצירא שליט"א.



ree

ree

תגובות


bottom of page