top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסערט וויזניץ באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך בעל 'תשובות והנהגות'

דינסטאג פ' ויצא • ב' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: רפאל שווארץ און שימי פ.‎

 

נעכטן נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביתו נאווה קודש פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערענבוך שליט"א בעל תשובת והנהגות אין ירושלים. עס איז אנטוויקלט געווארן א הערליכע שמועס ווי דער פוסק הדור האט פארציילט פון זיינע זכרונות פון די חתונה פון זיין ברודער הגאון רבי אלי' שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפן חדב"ן פון הרה"ק בעל מקור ברוך מסערט וויזניץ זי"ע, און נאך זכרונות פון די שטאט חיפה מימי קדם און זיין קשרי ידידות מיטן מקור ברוך.


דער גאון האט אויך איבערגעגעבן פארן רבי'ן א נייע ספר און די סעריע ספרים 'תשובות והנהגות' וואס ערשיינט און די טעג לאור עולם, און מכבד געווען דעם רבין מיט לחיים.


דער סערט וויזניצער רבי שליט"א איז אנגעקומען קיין ירושלים לרגל די חתונה פון א דאפעלטע איר אייניקל פונעם פעטער הגה"צ בעל ברכת משה מסערט וויזניץ זצ"ל בשותפות'דיגע אייניקל פון הגה"צ רבי מאיר כץ ראש כולל ש"ס עיון אין רמת וויזניץ חיפה, און פון הגה"צ רבי אהרן אלי' פעלדמאן וואס איז פארגעקומען אין די מאנדיאל זאל אין ירושלים, וואו דער רבי האט מפאר געווען די שמחה בראש המסובים.



Comments


bottom of page