זונטאג פ' דברים • כ"ט תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
חסידי תולדות אברהם יצחק אין אמעריקא ציילן שוין די שעות צום הופעת קודש פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועלכע איז ערווארטעט היינט צו לאנדען על אדמת ניו יארק צו שאפן די נויטיגע מיליאנען דאלארן, צו ענדיגן דעם ביהמ"ד הגדול 'תולדות אברהם יצחק' אין ירושלים עיה"ק.
שוין א פילע וואך פון ווען עס איז געמאלדן געווארן די פריידיגע נייעס אז די רבי שליט"א נעמט אונטער די דעם אויסמאטערנדער רייזע קיין אמעריקא טראץ חולשת גופו הטהור, האבן זיך די עסקנים אין שפיץ פון די 'בוני הבית' קאמיטע, אריינגעלייגט צו אראנזשירן אלע נויטיגע דעטאלען, און פארזיכערן אז דער רבי שליט״א זאל קענען אונטער נעמען די שווערע רייזע, נאך באראטונגען מיט דאקטוירים, באשלאסן צו דינגען א פריוואטן פליגער, טראץ די אסטראנאמישע ציפערן וואס דארף אפקאסטן, זייענדיג די איינציגע מהלך וואס די דאקטוירים האבן באשטעטיגט.
היינט צופרי האט זיך אבער ארויסגעשטעלט א טעכנישע פראבלעם ווען די באאמטע האבן - צוליב די אנגעצויגענע מצב המלחמה בארץ הקודש נישט געגעבן קיין ערלויבעניש פארן פריוואטע פליגער פון אמעריקא צו לאנדען אין ארץ ישראל, די עסקנים האבן זיך תיכף אריינגעלייגט בעובי הקורה און איינגערישט א פריוואטע פליגער פון ארץ ישראל וואס זאל פירן דעם רבי'ן שליט"א קיין גריכנלאנד, פון ווי די רבי זאל קענען ממשיך זיין מיטן פריוואטע פליגער קיין אמעריקא.
נעכטן מוצאי שבת איז פארגעקומען במעון הקודש אין הר יונה א באשיידענעם מסיבת מלווה מלכה אינאיינעם מיט די שמחת הבר מצווה פון א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, וואו מען האט נאכן שמחה ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה, און די רבי שליט"א האט געבעטן פון די חסידים מתפלל צו זיין למען הצלחת הנסיעה ולמען בריאות גופו הטהור. היינט צופרי זענען פילע חסידים פון אלע שטעט אריינגעפארן קיין הר יונה זיך צו געזעגענען פונעם רבי'ן שליט"א איידער די לענגערע נסיעה, פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר נכדו דער חתן הבר מצווה, און נאכן דאווענען האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד די שמחה, דאן האט די גאנצע ציבור חסידים תושבי העיר, זקנים עם נערים און די תלמידי התלמוד תורה ארויסבאגלייט דעם רבי'ן ברחובות קריה מיט פייערליכע טענץ.
אנקומענדיג אינעם לוד לופטפעלד האט שוין אפגעווארט די בארימטע דאקטער הערשקאו פון די הדסה שפיטאל אינאיינעם מיט א מעדיצינישע שטאב, וואס זענען מיטגעפארן מיט'ן עראפלאן רייזע און סיי דורכאויס די גאנצע נסיעה, צו פארזיכערן דאס געזונט און וואוילזיין פונעם רבי׳ן שליט״א, אונטערוועגנס, און אז דער אנשטרענגונג זאל ח״ו נישט שאטען לבריאות גופו הטהור. אום צוויי אזייגער נאכמיטאג האט זיך געהויבן דעם פליגער קיין גריכנלאנד, וואו די רבי איז באלד אויפגעשטיגן אויפן צווייטן עראפלאן קיין ניו יארק, היינט נאכט וועט די רבי שליט"א לאנדען אין די טעטעבארא לופטפעלד אין ניו דזערזי, און וועט תיכף אריינפארן צום וואודבערי דזאנקשען געגענט בגלילות קרית יואל וואו די רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן דורכאויס די ימי הביקור אין ניו יארק.
בילדער פון די פיבערהאפטיגע הכנות ביים רבינס אכסניא אין די וואודבערי דזאנקשען געגענט בגלילות קרית יואל
Comments