פרייטאג חיי שרה • כ"א חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
וחסידים ברנה יגילו, מיט גרויס פרייד האבן טויזנטער בעלזער חסידים אויפגענומען די פרייליכע בשורה מרנינה איבער דער שידוך שליסן פון נאך א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. בשיר ושבח איז אריין בקשרי השידוכין בשעטו"מ הכלה תחי' די יונגסטע טאכטער פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א, איידעם ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א עב"ג הבחור החתן אלימלך פענסטער ני"ו ממצויני תלמידי ישיבה גדולה בעלזא אין בני ברק א זוהן פון הרה"ג ר' אהרן פענסטער שליט"ר מגיד שיעור אין די בעלזער ישיבה גדולה אין בני ברק.
דער מחותן אבי החתן איז א זוהן פון הגאון החסיד רבי ישראל פענסטער ז"ל וועלכע איז געוועהן פון די יושבים ראשונה במלכות און האט לאנגע יאהרן געדינט אלס מגיד שיעור אין די בעלזער ישיבה אין ירושלים, זיין שווער איז געוועהן הרה"ח המפואר ר' מנחם מענדיל פרענקל ז"ל אלייס א בנן של קדושים ציענדיג זיין ייחוס צום הייליגן ראפשיצער רב זי"ע. ר' מענדל איז געוועהן דער ערשטע בעל אכסניא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע אין ירושלים, נאכן קריג.
די שמחת הווארט איז פארגעקומען היינט אויפדערנאכט בביתו נאווה קודש פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, אנגעהויבן ביי א ענגע מעמד לחיים מיט די משפחת המלוכה און קרובי המשפחה, און דערנאך ביים לעקח און בראנפן אינעם בית תפילה וואו הונדערטער חסידים האבן זיך צונויפגעפרעסט מיטצוהאלטן די שמחה וואו מ'האט געזונגען לעבעדיגע ניגונים און זיך געוואונטשן מזל טוב.
דער רב שליט"א האט געמאכט א ברכה אויף די לעקח און בראנפן און געוואונטשן לחיים פארן חתן, מחותנים ולכל הקהל הקודש און דערנאך מפריש געוועהן צדקה פאר מרכז מוסדות בעלזא און פארן גאליאנער כולל חיבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס.
די שמחת האירוסין וועט געפראוועט ווערן אין די נאנטע וואכן ברוב פאר והדר און די שמחת החתונה וועט ווארשיינדלעך פארקומען אום חודש סיון נאכן יו"ט שבועות.
Comments