top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באריכט: האד' מוויז'ניץ לאנדאן ווידער אריינגעפירט אין שפיטאל נאך שוואכקייט דורכאויס יו"ט

דאנערשטאג א' דחוה"מ פסח • י"ז ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א געפונט זיך היינט אין שפיטאל אין לאנדאן, צוליב א שוואכקייט וואס האט באטראפן דעם רבי'ן אין די לעצטערע טעג.


דער רבי שליט"א האט זיך שוין אינמיטן יום טוב אנגעהויבן נישט גוט שפירן, און היינט צופרי איז מען אריינגעפארן אין שפיטאל אויף אונטערזוכונגען און באהאנדלונגען צו דערגיין די אורזאך פון דעם חולשה, און ווארשיינדלעך נאך זייטיגע געזונטהייט קאמפליקאציעס.


די רבי שליט"א וועט פארבלייבן איבערנאכט אין שפיטאל און מען האפט אז דער רבי וועט שוין קענען אהיימקומען אויף שבת. כלל ישראל איז מתפלל לרפואת מרן דוד בן סימא מירל לרפואה שלימה.

bottom of page