top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ מעלדט איבער געפלאנטע נסיעה קיין ליזענסק אינאיינעם מיט נגידים בוני "בית וויז'ניץ"

דאנערשטאג פ' ויקרא • י"א אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: אברמי ברגער


ביי א ספעציעלער אסיפה נעכטן מיטוואך בביתו נאוה קודש פון מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א פאר די עסקני קהלה קדושה וויזניץ האט די רבי שליט"א איינגעמאלדן רצון קדשו ארויסצופארן אויף א מסע הקודש צום ציון הק' פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע אין ליזענסק, די אסיפה איז געווען אלס א טייל פון די אנגייענדע מגבית קודש וואס די רבי שליט"א האט פראקלאמירט עטליכע חדשים צוריק צו דעקן די חובות פונעם ביהמ"ד הגדול 'בית וויזניץ'.


די רבי האט אנגעהויבן מיט א שבח והודאה אז די מגבית האלט שוין אזוי ווייט, א גרויס טייל פון די ריזיגע הוצאות האבן די חשובע עסקנים אינאיינעם מיטן ציבור אריינגעברענגט מיט א איבערגעגעבנקייט און געטריישאפט און ארויסגעהאלפן ביז אהער, דערנאך האט די רבי באטאנט אז עס איז נאך אלס געבליבן ריזיגע הוצאות וואס דארפן געדעקט ווערן.


די רבי שליט"א האט דאן געזאגט אז דעריבער וויל ער בעז"ה נאך פסח ארויספארן אויף א ספעציעלע נסיעה קיין ליזענסק צום ציון הק' פון די הייליגע רבי ר' אלימלך זי"ע אינאיינעם מיט די אלע וואס וועלן זיך אונטערנעמען סכומים הגונים צו פארענדיגן די אויפבוי פון 'בית וויזניץ' בשלימות.


די רבי האט צוגעענדיגט מיטן זיך באדאנקען פאר די געטרייע עסקנים וואס לייגן אריין אזויפיל כוחות און מאכן זיכער אז מען זאל קענען ענדיגן די גרויסארטיגע פראיעקט.


די מעלדונג פון רבי'ן שליט"א איז אויפגענימען געווארן מיט גרויס שפאנונג בקרב חסידי וויזניץ וואס האפן און קוקן שוין ארויס צו הערן די פרטי המסע הקודש ווען די רבי שליט"א וועט צום ערשטע מאל אלס רבי זיין ביים ציון המצויונת צו ווי חסידישע אידן פון איבעראל קומען צו פארן להיפקד בדבר ישועה ורחמים.



bottom of page