top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב באזוכט אין באבובער מיידל קעמפ 'מחנה גילה' צום באנאיינונג פון צען נייע שלאף בנינים

דאנערשטאג פ' חוקת • ה' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

נעכטן נאכמיטאג איז כ''ק מרן אדמו''ר מבאבוב שליט''א אנגעקומען אויף א געהויבענע באזוך אין די באבובער מיידל קעמפ מחנה גילה אין ליבערטי, די רב שליט"א איז געקומען לכבוד די פריידיגע מאמענט פון הרחבת גבולי הקדושה ווען אויף דעם יעצטיגן זוממער סעזאן האט מען מחנך געווען דעם גאר קאסטבארע בוי פראיעקט פון צען גרויסע שלאף בנינים פאר די טויזענטער תלמידות קע''ה וואס האט אפגעקאסט שווערע מיליאנען דאללאר'ן, דאס קומט נאך בלויז עטליכע יאר נאך וואס מען האט מחנך געווען די נייע קרית חיל גאלדא אינעם קעמפ מיט אירע צען שלאף בנינים, צו קענען נאכקומען די נאכאנאנדע בליה און וואוקס פון די טויזענטער תלמידות קע''ה.


די רב שליט"א איז אנגעקומען אין קעמפ אין באגלייטונג פון בניו הרבנים הצדיקים און א געקליבענע צאל נדיבים בעם וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט גרויסע סכומים לטובת די אויפבוי פון די נייע בנינים, די רב האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה ביי איינע פון די נייע בנינים און מכבד געווען עטליכע נדיבים צווישן זיי די קינדער פון הרבני הנגיד ר' לייבל רובין ע"ה צו קלאפן מזוזות, און דערנאך מעריך געווען א מסיבת לחיים מיט די נדיבים בעם און די הנהלת המחנה.


דערנאך איז די רב ערשינען אין די ריזן אודיטוריום אינעם מחנה ווי עס זענען געווען פארזאמלט די טויזענטער תלמידות המחנה, שטייענדיג אונטער א ספעציעלע מחיצה, מיט קורצע דברי ברכה האט העסקן הרב יואל ראזנפעלד הי"ו מנהל המחנהמקבל פנים געוועהן דעם רב שליט"א און האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון די מאמענט זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס די רב באזוכט אין קעמפ בעת וואס די תלמידות געפינען זיך דארט און זיך שטארק באדאנקט פאר די נדיבים בעם, דערנאך האט די רב אין א ערשטמאליגע שריט אויפגעטראטן מיט א שמועס פאר די טויזענטער תלמידות און מעורר געווען איבער פארשידענע ענינים און ארויסגעברענגט די מסירות נפש פון אביו הגדול אויפצושטעלן דעם קעמפ, און מסיים געווען בברכות לרוב פאר אלע תלמידות.



Comentários


bottom of page