מאנטאג פ' תולדות • כ"ד חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

אינעם סאטמארער שטעטל קרית יטב לב אין בלומינגבורג האט מען די יעצטיגע טעג די זכי' צו האבן צוגאסט דעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען בשערי העיר צו וויילן דארט למנוחת הנפש, און איז אויפגענומען געווארן בכבוד והערצה ווי עס פאסט פאר מאן מלכי רבנן.
דאס קומט נאכדעם וואס די נאמני בית כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האבן אריינגעקוקט אין די מעגליכקייט אז דער וויזניצער רבי זאל וויילן אויף אפרו אין קרית יטב לב, וואס איז צוגעשטעלט מיט אלע באדערפענישן וואו דער רבי זאל קענען אנגיין מיט די עבוה"ק בנאות דשא, און נאכ'ן זיך פארבינדן מיט די עסקנים אין קרית יטב לב, האט מען זיך פארבינדן מיט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, בנוגע דעם פארשלאג, און דער סאטמארער רבי האט באאויפטראגט די עסקנים צו אויפנעמען דעם וויזניצער רבי אויפ'ן שענסטן און בעסטן אופן, און מכבד זיין מיט די העכסטע מאס כבוד והערצה, און צושטעלן אלע באדערפענישן כראוי וכיאות, זאגנדיג אז דער באזוך פונעם וויזניצער רבי וועט זיין א גרויסער חיזוק פאר די שטאט.
די עסקנים האבן זיך תיכף אריינגעלייגט מיט'ן איינארדענען א פאסיגע אכסניא של תורה, אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' סענדר קאהן, הארט נעבן ביתו נאוה קודש פונעם סאטמארער רבי'ן אין קרית יטב לב, און האבן צוגעשטעלט אלע הצטרכות'ער ארום און ארום, ובפרט מיט'ן צושטעלן די פריוואטע מקוה, און אלעס וואס פעלט זיך נאר אויס לכבודו פונעם וויזניצער רבי'ן.
Comments