top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ באשיינט סיום הש"ס דורך בחור ממצויני ישיבת וויז'ניץ בראכפעלד

מיטוואך פ' בהעלותך • י"ג סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

אן אטמאספערע פון 'שמחת התורה' האט ארומגענומען די בחורים תלמידי ישיבת 'ישועות משה' וויז'ניץ אין בראכפעלד, ווען נעכטן דינסטאג איז געפראוועט געווארן א גרויסער מעמד 'סיום הש"ס' וואס איז געלערנט געווארן דורך איינע פון די חשובע תלמידי הישיבה הב' צבי אלימלך אסקאל ני"ו.


צו דעם היסטארישן מאמענט האט מען געהאט די זכיה לקבל את פני הקודש, ווען דער נשיא הישיבה ומנהיג העדה מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א האט זיך ספציעל מטריח געווען בטילטולא דגברא רבא און איז ארויסגעקומען קיין בראכפעלד לשמוח בשמחת התורה זיך מיטצופרייען מיט די גרויסע שמחה פון די תלמידי הישיבה ביים גראנדיעזן 'סיום הש"ס'. דער רבי האט געהערט דעם 'סיום' און דערנאך אויפגעטראטן מיט דברות קודש פאר די בחורי חמד און ארויסברענגענדיג רגשי לבבו אז מ'איז זוכה מיטצולעבן אזא געהויבענע מאמענט ווען איינע פון די תלמידי הישיבה, איז מסיים גאנץ ש"ס, וממנו ילמדו וכן יעשו.


צום שלוס זענען אלע בחורים אריבער וואונטשן לחיים פארן רבי'ן און דער רבי האט איבערגעגעבן א מתנה א 'סעט ש"ס' פארן בחור המסיים און געוואונטשן ברכת קדשו.
























Comments


bottom of page