top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נאמען צוגעלייגט פאר האד' מקרעטשניף סיגעט עפ"י הוראת הרבנים; מרן ברוך זיידא אליעזר זאב בן שפרה לרפו"ש

  • Bechatzros admin
  • לפני 10 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: לפני 15 דקות

זונטאג פ' שופטים • ל' מנחם אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

חסידי קרעטשניף סיגעט און אידן איבער די וועלט פאלגן נאך מיט זארג דער מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א וואס געפונט זיך אין שפיטאל אין א קריטישע געזונט צושטאנד זייענדיג אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים. היינט פארמיטאג איז צוריק געקומען די רעזולטאטן פונעם MRI סקען וואס האט ליידער געוויזן דאס ארגסטע, און וואו די דאקטוירים זאגן איז דער מוח געווארן שווער געשעדיגט, כאטש מען האט באוויזן אפצושטעלן דעם אינערליכע בלוטיגונג און עס האט שוין אויסגעזעהן אז דער מצב סטאביליזירט זיך. 


דעם רבינס מצב איז נאך גאר קריטיש, די דאקטוירים הייבן הענט ואין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים, אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם בלייבן נישט שטיין גלייכגילטיג, און נעמען א תהילים אין די האנט, אין כוחנו אלא בפה אויסצובעטן א ישועה פארן רבי'ן שליט"א אשר רבים צריכים לו.


בהוראת הקודש פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א האט מען היינט מוסיף געוועהן דעם נאמען ברוך פארן רבי'ן אלס א סגולה לרפואה, היינט אינדערפרי האט דעם רבינס עלסטן זוהן הגה''צ רבי נפתלי הערצקא ראזנבוים אבד"ק קרעטשניף סיגעט בית שמש מוסיף געוועהן דעם נאמען און אידישע קינדער ווערן געבעטן איינצורייסן פאר מרן ברוך זיידא אליעזר זאב בן שפרה, הקב״ה ימלא רחמים עליו בתוך וישלח לו רפואה שלמה מן השמים.


אנגעהויבן פון נעכטן שבת נאכמיטאג און שפעטער מוצאי שבת ווי נאר עס האט זיך צושפרייט די ידיעה לא טובה איבער די שווערע מצב הבריאות ביים רבי'ן, האבן חסידים די בכל אתר ואתר תופס געווען אומנות אבותינו בידינו מיט עצרות תפילה וזעקה איינצורייסן ביים נורא עלילה און מעורר זיין רחמי שמים מרובים פארן רבי'ן.

כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א וועלכע האט זיך דערוואוסט פונעם מצב שבת נאכמיטאג, האט שפעטער ביי מנחה געמאכט א מי שברך לחולה פארן יונגערע ברודער דער רבי שליט"א "בעבור שכל הקהל מתפללים בעבורו".

כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א א שוואגער פונעם רבי'ן האט ערהאלטן די שווערע ידיעה פון ארץ ישראל ביים זמן מוצאי שבת בעת רעווא דרעווין, און האט ביי די דברות קודש מעורר געווען רחמי שמים, ארומרעדנדיג איבער די חיוב מתפלל צו זיין פארן שוואגער דער קרעטשניפער רבי שליט"א וואס טוט אויף אזויפיל מרבה צו זיין קדושה וטהרה אויף די וועלט, און רבים צריכים לו. מטעם דער בית דין צדק העדה החרדית אין היינט ארויסגעשטעלט א מודעה ובקשה בחוצות ירושלים מיט א רוף צום ציבור מתפלל צו זיין פארן קרעטשניפער רבי'ן שליט"א, הזקוק לרחמי שמים מרובים.

אין ארץ ישראל האט מען זיך צוזאמגענומען כחצות הלילה אויף א מעמד תפילת רבים ביים ציון הק' פון אביו הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זי"ע במרומי הר הזיתים, אין קרית יואל האט מען זיך צוזאמגענומען ביים ציון פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, אין מאנסי איז פארגעקומען א תפילת רבים ביי די ציונים הקדושים פון הרה"ק מריבניץ און צדיקי בית סקולען זי"ע אין שפיץ פונעם רבינס איידעם הגה"צ רבי אהרן קאהן אבד"ק תולדות אהרן מאנסי, און אין קרית טאהש איז פארגעקומען א מנין תהילים ביים ציון הק' פון הרה"ק מטאהש זי"ע אין שפיץ פון הרה"ג ר' שלמה אליעזר יונגער דומ"ץ טאהש קרית יואל מחשובי תלמידי הרה"ק מקרעטשניף זי"ע.

היינט דורכאויס דעם טאג וועלן אפגעהאלטן ווערן נאכאנאנדע משמרות תפילה אין די בתי מדרשים דחסידי קרעטשניף סיגעט אין ירושלים און בית שמש, און בשעה 7:00 נאכמיטאג וועט פארקומען די צענטראלע עצרת תפילה והתעוררות בבית מדרשו של רבי אין די בית ישראל געגענט וואו מען וועט אויסזאגן גאנץ ספר תהילים בהתעוררות רב, און מיט א פאראייניגטן כח התפילה וכח הרבים מעתיר זיין בתפילה ובתחנונים לרפואתו השלימה והמהירה פון מרן ברוך זיידא אליעזר זאב בן שפרה, דער רבי זאל ווי אמשנעלסטן צוריקקומען לאיתנו הראשון בבריות גופא ונהורא מעליא.

אבינו מלכינו פתח שערי שמים לתפילתנו


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page