top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מניני תהילים לרפואתו השלימה פון האד' מסוקלען; אפדעיט איבער מצב הבריאות

מיטוואך פ' בלק • י"א תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אין ווייטערדיגע באריכטן איבערן מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א מרן ישעי' יעקב בן רייזל לרפואה שלימה: דער רבי שליט"א איז ווי באריכטעט נעכטן מיטוואך אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן זיך נישט גוט שפירן די לעצטע צוויי טעג, נאכן דורכפירן פארשידענע אונטערזיכונגען האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער רבי ליידט פון א דאפלטע לונגען ערצינדונג, און די דאקטוירים האבן פארבעטן דעם רבי'ן צו פארבלייבן אין די ICU אפטיילונג אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען. עס קומען פאר נאכאנאנדע מניני תהילים אין אלע סקולענער צענטערן, אין סקולענער ביהמ"ד אין בארא פארק וועט זיך שטעלן א מנין תהילים אום 8:00 אזייגער באנאכט, אין וויליאמסבורג וועט מען זיך צוזאמקומען אום 5:15 אויף א מנין תהילים, אזוי אויך קומט פאר א מעמד בקשת רחמים ביים ציון הק' פון אדמור"י בית סקולען אין מאנסי בשעה 6:15. כלל ישראל איז ווייטער מתפלל לרפואת מרן ישעי' יעקב בן רייזל לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.



Comments


bottom of page