top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

השתדלו והרבו תחינה: האד' מקאסאן הילקרעסט אריינגעפירט אין שפיטאל נאכן פארלירן באוואוסטזיין

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ''ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

כלל ישראל ווערט געבעטן צו מתפלל זיין לרפואת כ"ק אדמו"ר מקאסאן הילקרעסט שליט"א, וועלכער איז היינט נאכמיטאג צוזאמגעפאלן, און אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען.


דער רבי שליט"א ליידט שוין א תקופה פון א שווערע אינפעקציע, צוליב וועלכער ער האט געדארפט נעמען שטארקע מעדיקאציע. אין די לעצטע טעג האט אויסגעזעהן אז דער מצב גייט צום בעסערונג, און מען האט געהאפט אז דער רבי שליט"א האט זיך שוין ארויסגעזעהן דערפון.


היינט אבער האט דער רבי שליט"א, פארלוירן די באוואוסטזיין און איז אוועקגעפאלן אין שטוב. הצלה איז אלארמירט געווארן פאר הילף און האבן אריינגעפירט דעם רבי'ן צו די נייעק שפיטאל נישט ווייט פון הילקרעסט. לויט די ערשטע אפשאצונגען האט דאס געהאט א שייכות צו די אינפעקציע, וואס איז ווארשיינלעך נאכנישט אינגאנצן געהיילט, און האט מעגליך גורם געווען די היינטיגן סיטואציע.


כלל ישראל איז מתפלל לרפואת מרן נפתלי צבי בן פריידא גיטל לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל, והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.

bottom of page