top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חנוכת הבית פון 'רבי ישעי'לעס קיך' אין נארט מיאמי אפגעראכטן בהשתתפות פון האורח הדגול האד' מסאטמאר

מאנטאג פ' ויצא • א' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

 

נעכטן נאכמיטאג איידער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט פארלאזט דעם מקום הנופש אין נארט מיאמי פלארידא, האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך אין ר' ישעילעס קיך אין נארט מיאמי, לכבוד די חנוכת הבית פון איר נייע לאקאל צו קענען סערווירן נויט-באדערפיגע משפחות און חולי ישראל מיט מזון ומחיה, ווארימע מאלצייטן אין אלע צייטן פון יאהר, 'לשובע ולא לרזון' לזכרו פונעם גרויסן צדיק הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע וועלכע האט כל ימיו געטיילט עסן פאר אידן. צו די מעמד חנוכת הבית זענען געלאדענט געווארן א געקליבענע צאל נדיבים בעם וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן סכומים הגונים צו קענען ממשיך זיין די הייליגע פעולות פון ר' ישעי'לעס קאך ביתר שאת ועוז.


דער רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש און באטאנט דאס נחיצות פון דעם חשובן צוועק און אנגעוונטשן אלע עוסקים ומסייעים מיט הצלחה מרובה.












Commentaires


bottom of page