top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי חסידי צאנז ביי מעמד חלוקת תעודות און סעודת הילולא פון ריש שושילתא קדישא הרה"ק מצאנז זי"ע

זונטאג פ' קדושים • כ"ז ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קריעדיט: משה גולדשטיין


טויזנטער חסידי צאנז האבן זיך דעם ליל שישי (אחרי) פארזאמלט ביים סעודת הילולא רבתי און מעמד כבוד התורה לרג די יומא דהילולא קדישא פונעם ריש שושילתא קדישא הרה"ק בעל 'ברי חיים' מצאנז זי"ע, צום באשטימטן זמן איז די רבי שליט"א ערשינען צו תפילת מעריב ברוב עם הדרת מלך אינעם היכל ראזנבערג זאל און צוגעשיקט צום עמוד הרה"ג ר' חיים מוטצען שליט"א נכד בעל ההילולא, נאך מעריב האט די רבי געציילט ספירה בהתעוררות רב.


דערנאך האט זיך די רבי געוואשן צום סעודה, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים. די דברות קודש האט די רבי אנגעהויבן מיט א דרוש בפרשת השבוע, דאן האט די רבי ארומגערעט בשבח פון די בחורים המצטיינים וועלכער האבן זיך פארהערט פון 600 בלעטער גמרא און ארויף און דערביי ערהאלטן א תעודת חבר וואו איינגעפירט אין צאנז, דאן האט די רבי שליט"א בקול בוכים דערמאנט די שווערע תקופה וואס אידן אין ארץ ישראל געפינען זיך נאך ליידער אין שאטן פונעם מלחמה וואס נעמט נישט קיין עק, און מיט גרויס ווייטאג ארומגערעט פון די פולע מיטמאכענישן וואס אידישע קינדער זענען אריבער די לעצטע האלבע יאהר. די רבי האט אויך דערמאנט דאס רדיפת הדת בארצינו הקדושה און דער גזירת גיוס בני הישיבות וואס הויערט אויף די עולם התורה. באזונדער האט די רבי מעורר געוועהן עטליכע ענינים הצריכים חיזוק, זמן תפילה, מורא מקדש און נישט רעדן ביים דאווענען.


ביים טיש האבן זיך באטייליגט צווישן אנדערע האדמורי"ם מדעעש, אונגוואר, סטריקוב ירושלים, נדבורנא חיפה, זלאטשוב, קאליש, גאב"ד ראדומישלא, אב"ד מאקאווא אשדוד, אב"ד סטריקוב, אב"ד טורקא טבריה, גאב"ד קרית הבעש"ט פ"ת, הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב"ד בעלזא, הגאון רבי קלמן בר מרבני נתניה, הגאון רבי ישראל בערגער רב שכונת גני גאולה, שלוחי דרבנן הרב מאיר פרוש, הרב משה שמעון רוט און נאך פילע רבנים, דיינים ויושבים על מדין.


















ความคิดเห็น


bottom of page