מריחוק מקום • מסיבת לחיים במקום הנופש פון האד' מסאטמאר אין פאלם ספרינגס לרגל שידוך שליסן פון עלטסטן איר אייניקל
- בחצרות הקודש
- 10 בפבר׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 10 בפבר׳
מאנטאג פ' יתרו • י"ב שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

פארלאפענעם ליל שישי נאך תפילת מעריב במקום הנופש אין פאלם ספרינגס קאליפארניע איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אריינגעקומען צו א מסיבת לחיים לרגל די שמחה הגדולה השרויה במעון קדשו, די שמחת קישור החיתון פונעם עלטסטן אור אייניקל הכלה בת הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א איידעם ביי בנו בכורו הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.
ווי נאר דער רבי איז ערשינען צום מעמד לחיים האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א רקידה מיט ניגוני הודאה מיט גרויס התרגשות. דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן די אנוועזנדע רבנים און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בקול חונק מדמעות ארויסברענגענדיג מיט התרגשות של שמחה די געפילן יעצט ווען מען טוט א שידוך מיט די ערשטע אור אייניקל און די שבח והודיה וואס מען דארף אפגעבן פאר הקב"ה אז מען דערלעבט אזא חשובע שידוך מיט א חתן א תלמוד חכם א בר אוריין, מגזע צדיקים וקדושים, און דערצו א קרוב, אן אייניקל פונעם זיידן הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע ולמעלה בקודש.
דער רבי האט דערמאנט אז די כלה איז געבוירן אין טאג פון די הסתלקות פון מר אביו הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, וואס האט געציילטע שעות בעפאר די הסתלקות דערלעבט א דור חמישי, און עס איז זיכער אז די יעצטיגע שידוך וואלט ביי איהם געוועהן א שמחה און א חשיבות. און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב מריחוק מקום פארן חתן, מחותנים, און די חשובע זיידעס הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה פאר א לענגערע צייט, און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א.











תגובות