דינסטאג פ' כי תבוא • י"ד אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: ד.ה. כרם - JDN
גאר א געהויבענע שבת איז געווען אין וויליאמסבורג בפרט פאר חסידי סקווירא וועלכע האבן זוכה געווען אז צוויי פון רבינ'ס קינדער הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א ואחיו הרה"צ רבי יצחק שליט"א זענען געווען צוגאסט אין שטאט אויף שב"ק לכבוד די שמחה במעונם, די שבת שבע ברכות פון החתן א זוהן פון הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א וחתן הרה"צ רבי יצחק שליט"א מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ רבי אלעזר יונה גינזבערג שליט"א אבד"ק סוואליווע, בן כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש.
ליל שב"ק איז הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א געגאנגען דאווענען אין סקווירא שטיבל אויף בעדפארד עוו. ווי ער איז מכובד געווארן ביותרת הכבוד, און צוגעגאנגען צו 'קבלת שבת'. נאכן דאווענען זענען אלע מתפללים אריבער וואונטשן 'גוט שבת'. הרה"צ רבי יצחק שליט"א איז געגאנגען דאווענען מיטן חתן און די בני משפחה אין ביהמ"ד קאלוב ווי מען האט אים דארט מכבד געווען צו דאווענען פארן עמוד קבלת שבת.
די סעודת שבת איז אפגעראכטן געווארן בשבת אחים גם יחד אינאיינעם מיט די בני משפחה, בני אדמו"ר מקאלוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א און די בני האדמו"ר מסקווירא שליט"א. ארום 11:30 איז פארגעקומען די שלחן הטהור פון קאלוב'ער רבי שליט"א לרפו"ש, ווי מען האט געזונגען די ניגוני שב"ק ווי א יעדע וואך, און מען האט מאריך געווען מיט די ניגוני שמחה לכבוד שמחת חתן וכלה.
ארום איינס אזייגער זענען די ברודער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א אנגעקומען אין סקווירא שטיבל, ווען די ביהמ"ד איז געווען געפאקט מלא על כל גדותיו. צום ערשט האט הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א פארגעלערנט אור החיים הק', דערנאך האט הרה"צ רבי יצחק שליט"א דערציילט סיפורי צדיקים פון די יארצייטן, נאך צוויי אזייגער האט מען אנגעהויבן די 'מצוה טאנץ' ווען די צוויי ברודער'ס הרבנים שליט"א האבן געטאנצן לפני הכלה און דארנאך מיטן חתן.
שבת אינדערפרי האבן ביידע ברודער'ס הרבנים שליט"א געדאווענט אין קאלוב'ער ביהמ"ד אינאיינעם מיטן חתן און די מחותנים שליט"א. הרה"צ רבי יצחק שליט"א האט עולה געוועהן די עלי' פון שלישי, און הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א די עלי' פון מפטיר און דערנאך פארגעדאווענט תפילת מוסף. די סעודת עתיקא קדישא איז פארגעקומען אין די זאלן פון סאמבאטהעלי בשבת אחים גם יחד.
ביי שלש סעודות איז הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א איז געגאנגען צום ביהמ"ד סוואליאווא וואו עס איז פארגעקומען די שבע ברכות אינאיינעם מיט די מחותנים. הרה"צ רבי יצחק שליט"א האט געפראוועט מיט די חסידים אין סקווירא שטיבל אויף ספענסער סט. וואו ער האט מאריך געווען בדברי תורה בעניני לימוד התורה, הכנה לימים הנוראים און נאך. נאך מעריב האבן ביידע ברודער געמאכט הבדלה אינעם שטיבל און מען איז אדורך וואונטשן א גוטע וואך.
מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען א שבע ברכות אינעם זאל פון 'אוהל לאה' וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך די קהילת סוואליאווא, עס האבן זיך באטייליגט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג, הגה"צ אב''ד בית אהרן שליט"א און נאך רבני העיר שליט"א.
Commenti