מיטוואך פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אלחנן באגד - טקנו ארט
היסטאריע האט זיך נעכטן מאנטאג אפגעשפילט בבית בריסק, ווען דער בריסקער ראש ישיבה הגאון הגדול רבי אברהם יהושע סאלאוויטשיק שליט"א האט צום ערשטן מאל מכבד געווען בנו הגדול הרה"ג ר' מרדכי יעקב צו דינען אלס "מסדר קידושין" ביי די חופה פון א תלמיד.
רבי מרדכי יעקב, וועלכער ווערט גערופן בלשון חיבה "רבי יענקל" איז פון די אויסגערופענע לאנגיעריגע מרביצי תורה אין די בארימטע בריסקע ישיבה בנשיאות אביו רבי אברהם יהושע, און איז שוין מערערע יארן אריינגעטאן בהנהגת הישיבה און שטייט ליד ימינו פון אביו הגדול בעניני הכלל והפרט.
נאך מיט צוואנציג יאר צוריק האט רבי אברהם יהושע ממנה געווען בנו הגדול רבי יענקל איבערצוגעבן שיעורים אין ישיבה, וואס איז געווארן באקאנט אלס טיפזיניגער שיעור אויפ'ן בריסק'ער דרך הלימוד, געבויט אויף די חידושים און מהלך הסוגיא פונעם פאטער רבי אברהם יהושע. רבי יענקל איז שוין כהיום א מגיד שיעור פאר העכער צוויי הונדערט יונגעלייט און בחורים, און במשך די יארן האט ער שוין מעמיד געווען תלמידים חריפים לאלפים.
אין לויף פון די יארן האט רבי אברהם יהושע צוגעלייגט נאך תפקידים און ער שטייט שטענדיג גרייט ארויסצוהעלפן מיט די עבוה"ק, ווערנדיג צוגלייך אן אדרעס פאר תלמידי בית בריסק צו הערן זיינע שיעורים און אנפרעגן בעניני תורה והנהגה און השקפה.
אין די לעצטערע טעג איז רבי אברהם יהושע נתכבד געווארן דורך א תלמיד מיט סידור קידושין ביי זיין חתונה, און ער האט זיך דאן געוואנדן צום זון רבי יענקל, אז ער זאל זיין מסדר קידושין, זייענדיג א היסטארישע געשעעניש אין בית בריסק, ווען רבי יענקל האט מסדר געווען געווען ביי די חופה פונעם תלמיד וואס איז פארגעקומען באולם כינור דוד אין שטאט בית שמש.
Comments