top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שבת היא מלזעוק: האדמור"ים מוויזניץ און ערלוי אריינגעפירט אין שפיטאל פאר לייכטע באהאנדלונגען

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 3 במאי
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 5 במאי

מוצאי שבת פ' טהרה • ה' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: ארכיון


דעם פרייטאג צונאכטס וויילנדיג אין ערד אויף אפרוה האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א זיך נישט גוט געשפירט נאכן זיין שטארק אפגעשוואכט אין לויף פון די וואך, און אויפן ראט פון א לאקאלער דאקטער איז דער רבי אריינגעפארן צו די שיבא שפיטאל אין תל השומר וואס געפונט זיך בגלילות בני ברק אויס מורא פון הארץ פראבלעמען וכדו'.


נאכן דורכפירן די נוטיגע אונטערזוכונגען און סקענס האבן די דאקטורים קלארגעשטעלט אז עס איז ב"ה נישט פארהאן קיין ערנסטע חששות, דער רבי וועט פארבלייבן אין שפיטאל ביז מארגן זונטאג אויף אבזערוואציעס, זיכער צו מאכן אז די רבי שליט"א קערט זיך אהיים פריש און געזונט.


אויך כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א איז דעם ערב שבת אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, נאכדעפ וואס די רבי איז פריער די וואך אומגעפאלן וואס האט שטארק אפגעשוואכט דעם רבי'ן און האט אפעקטירט דאס גיין. דער רבי איז אריינגעפארן ערב שבת נאכמיטאג אין די הדסה שפיטאל אין ירושלים אויף אונטערזיכונגען, וואו עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אלעס איז ב"ה כשורה, אויסער א לייכטע בראך אויפן רוקן ביין. אויף די רעקאמענדאציע פון די דאקטורים איז די רבי פארבליבן איבער שבת אין שפיטאל, און געדאוונט די תפילות מיט א מנין פון בני המשפחה און מקורבים.


ביים דאווענען פרייטאג צונאכטס אין גרויסן ערלויער ביהמ''ד אין קטמון האט מען מוסיף געוועהן עטליכע פרקי תהילים לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א.


לעת עתה וועט די רבי שליט"א פארבלייבן איבער נאכט אין שפיטאל אויף אבזערוואציעס, און דעם רבינס געפלאנטער נסיעה קיין שווייץ אויף מנוחת הנפש איז אפגערופן געווארן אויף א צווייטן געלעגנהייט.


די ציבור איז מתפלל פארן רבינ'ס געזונט וחיזוק כוחותיו, מרן משה בן מרים לרפואה שלימה.

Comentários


bottom of page