top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קיים את הילד הזה: שמחת הברית בחצרות צאנז - תולדות אהרן - סטראפקוב - מעליץ

עודכן: 10 בפבר׳

מאנטאג פ' יתרו • י"ב שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: משה גולדשטיין


גילה אחר גילה איז פאריגן מיטוואך פארגעקומען אין קרית צאנז נתניה די שמחת הברית מילה בחצרות הקודש צאנז - תולדות אהרן - סטראפקוב - מעליץ, שטייענדיג נאך אין די שבעת ימי המשתה נאך די גרויסער רבישע שמחה אין די צאנזער הויף.


דער רך הנימול איז א אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, איייניקל ביי זיין זון הגה"צ רבי אברהם הלברשטאם אב"ד קרית צאנז טברי' איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, בן הנולד ביי בנו הרב זלמן לייב הלברשטאם איידעם ביי הגה"צ רבי משה קאהן אב"ד תולדות אהרן טברי' זון פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א.


די שמחה איז פארגעקומען אינעם היכל המתיבתא אין קרית צאנז, אין שפיץ פון די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם שליט"א, די זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א איז געקומען צופארן פונעם מקום הנופש אין טבריה ווי די רבי האלט זיך אויף אויף אפרוה, און איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און מוהלות, די זיידע כ"ק אדמו"ר ממעליץ איז מכובד געווארן מיט ברכות און קריאת השם, און מיט עמידה לברכות איז נתכבד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, כסא של אליהו די זיידע הגה"צ אב"ד תולדות אהרן טבריה. ויקרא שמו בישראל יעקב שמשון נאכן זיידן הרה"ק רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זי"ע.


נאכן ברית איז פארגעקומען א שולחן לחיים לכבוד די שמחה, די זיידע די צאנזער רבי האט משמיע געווען דברי תורה מענינא דיומא, און בתוך דבריו זיך באדאנקט פאר כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א און די אנדערע זיידעס האדמורי"ם וועלכע האבן זיך מטריח געווען און ארויסגעקומען מריחוק מקום, און געוונטשן א ברכה מיוחדת זיי זאלן זעהן תענוג ונחת פון דעם אייניקל און אלע אייניקלעך, צום שלוס איז די גאנצע ציבור דורך וואונטשן לחיים און מזל טוב ביי די אדמורי"ם און די בעלי שמחה א לענגערע צייט.


שפעטער האט נאכגעפאלגט די סעודת הברית מיט די השתתפות פון די בני המשפחה אינעם היכל ראזנבערג זאל, ווי די צאנזער רבי האט מכבד געווען האדמו"ר מתולדות אהרן אויפצוטרעטן מיט דברי תורה וברכה, אויך האבן אויפגעטרעטן מיט דברי תורה לכבוד די שמחה דער אבי הבן און די זיידע כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א.


די סעודה איז געווען קאמבאנירט מיט די שמחת השבע ברכות פון די כלה אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וואס איז א שוועסטער פונעם אבי הבן - א טאכטער ביי הגה"צ אב"ד קרית צאנז טבריה. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ אב"ד תולדות אהרן טבריה, און מיט די שבע ברכות די זיידעס האדמורי"ם ממעליץ און סטראפקוב.




コメント


bottom of page