זונטאג וזאת הברכה א' • ד' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
א התרגשותדיגע מאמענט האט זיך אפגעשפילט דעם ערשטן טאג יו"ט ראש השנה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א האט גומל געבענטשט בשם ומלכות, לויבנדיג דעם בורא כל עולמים אויף די ניסים ונפלאות און חסדים גלוים וואס איז דער רבי איז דורך אין די טעג בעפאר יום טוב.
ווי ברייט באריכטערט איז די רבי שליט"א פאריגע מאנטאג דורך א שווערע מעדיצינישע דורכגאנג אויפן הארץ, זייענדיג אין א מצב סכנה אין די צייט וואס גאנץ כלל ישראל און חסידי תולדות אברהם יצחק בפרט האבן איינגעריסן לרפואתו השלימה.
אצינד שטייענדיג בעיצומו של יום הדין נאך די ישועה למעלה מדרך הטבע, ווען דער רבי שליט"א איס אהיימגעקומען פון שפיטאל און האט אפגעראכטן די עבודת הקודש דורכאויס יו"ט מיט אן עזות דקדושה למעלה מכוחות אנושי, האט די רבי שליט"א גומל געבענטשט להודות ולהלל.
די רבי שליט"א האט עולה געווען לתורה די עליה פון חמישי, און דאן געזאגט די ברכה פון הגומל בשם ומלכות בקול חוצב להבות אש און מיט א געשטיקטע קול פון התרגשות, א סקרוך פון שמחה איז דורכגעלאפן ביים ציבור חסידים זקנים עם נערים וועלכע האבן לעומתו געענטפערט מי שגמלך כל טוב, הוא יגמלך כל טוב סלה. דורכאויס יו"ט נאך די תפילות און ביי אלע טישן האט מען געזינגען פילע ניגוני שבח והודאה אויף די גרויסע רחמים וחסדים למעלה מדרך הטבע, מיט א בקשה על העתיד למען רפואתו השלימה וחיזוק כוחותיו שתתחדש כנשר נעוריכי און די רבי זאל צוריקומען לאיתנו הראשון בבריות גופא ונהורא מעליא.
Commentaires