top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ אפגעשטאט ביקור גומלין ביי האד' מבאיאן במקום הנופש אין חלדודנא ענגלאנד

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 7 באוג׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' דברים • ג' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

נעכטן דינסטאג אווענט איז מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א צוריקגעקומען אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א במקום הנופש אין חלדודנא ענגלאנד וואו די אדמור"ים שליט"א וויילן אויף אפרוה, דאס קומט נאכדעם וואס דער באיאנער רבי האט פאריגע וואך באזוכט בבית האכסניא פון האד' מוויז'ניץ.


ביים באזוך איז ארומגעשמועסט געווארן איבער די שווערע מצב אין ארץ ישראל וואו מען גרייט זיך אויף א מלחמה היו לא תהיה. דער באיאנער רבי שליט"א האט דערמאנט די בעפארשטייענדע חתונה דעם חודש אב פון נכדו החתן מיט הכלה אן אייניקל פונעם וויזניצער ראש ישיבה הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א וואס וועט פארקומען אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית וויז'ניץ און די רבי'ס האבן ארומגעשמועסט איבער די גרויסע ייחוס פון חתן כלה. ביים ענדע פונעם באזוך האבן זיך די רבי'ס געטרינקען לחיים און זיך געזעגענט לחיים ולשלום.


ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page