דאנערשטאג פ' ראה • כ"ה אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט שטורמישע שמחה ווערט אויפגענומען די בשורה מרנינה ביי חסידי סאטמאר איבער א דראסטישער פראיעקט פון הרחבת גבולי הקדושה ביים תל תלפיות, דער ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף 14 הופער סטריט אין וויליאמסבורג, א צייטווייליגער בנין אדיר, וואס וועט צוגעבן א פרישע "טויזנט זיצן" צום היכל ביהמ"ד הגדול.
דאס קומט נאכ'ן זיך יערליך מוטשען מיט אן אויסטערלישער געדרענג ביי די תפילות אין די הייליגע טעג, ווען די טויזנטער זיצן וואס מען לייגט צו אינעם ריזן היכל און אויף אלע זייטיגע גאלעריען ווערן בליץ שנעל צוכאפט דורך די טויזנטער חסידים וואס קומען מסתופף זיין בצל הקודש, און דער געדרענג אין די דורכגאנג ביי די תפלות איז ממש סכנות נפשות, וועט מען היי יאר אונטערנעמען א ריזן אינטערנעמונג און גענצליך אראפנעמען דער מערב וואנט פון ביהמ"ד אויף 14 הופער, און אויפבויען א בנין אדיר וועלכע וועט זיך ציען אריבער דער גאס ביז'ן ביהמ"ד אויף 13 הופער.
דער נייער בנין וועט צולייגן גאנצע פרישע 1,000 זיצן צום ביהמ"ד, חוץ די עקזיסטירנדע טויזנטער זיצן אינעם ביהמ"ד און אין די גאלעריען, עס פארוואנדלענדיג אין דער סאמע גרעסטער ביהמ"ד אין שטאט וויליאמסבורג. די בוי ארבעט פאר דער צייטווייליגער נייער בנין וועט אריינגיין אין קראפט אין די נאנטע טעג, און וועט אונטער א בליץ שנעלע קאנסטרוקציע אפעראציע אויפגעבויט ווערן מיט פראכט צו זיין גרייט אויף די קומענדיגע ימים נוראים.
Comentarios