מוצאי שבת פ' אחרי • כ"ו ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
חסידי צאנז קלויזנבורג די בכל אתר ואתר זענען איינגעהילט אין שמחה והתרגשות, ווען דעם ליל שישי ביים גרויסן יארצייט טיש לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק בעל 'דברי חיים' מצאנז זי"ע, האט כ"ק האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א געבראכן די פרייליכע נייעס בשעת בת רבים איבער א היסטארישע מקח וואס איז געשלאסן געווארן אויף א גרויסע בנין אין שטאט בני ברק, אלס אכסניא של תורה ותפילה, און תל תלפיות פאר חסידי צאנז קלויזנבורג אין בני ברק.
די רבי שליט"א האט ערווענט אז ער האט פערזענדליך גענימען דעם מולטי מיליאן דאלער'דיגע פראיעקט אויף זיך און דערביי ארויס מיט א קריאת הקודש פאר יעדן צאנז קלויזנבורגער חסיד באשר הוא שם, צו נעמען א חלק און זיין א שותף דעם הייליגן אונטערנעמונג, ארומרעדנדיג איבער די געוואלדיגער זכייה צו האבן א חלק בארצות החיים וואס איז א קנין נצחי.
דער מקח איז אין א מזל'דיגע שעה פארענדיגט געווארן פאריגע וואך, ווען די בנין אויף רחוב בן יעקב ביים ווינקל פון רחוב בר יוחי, איז פולשטענדיג אריבער אונטער די בעלות פון קהילת צאנז קלויזנבורג אין בני ברק, לויטן פלאן וועט מען איבערבויען דעם בנין לשם ולתפארת מיט א ריזן היכל בית המדרש, חדרי תפילה צום דאווענען, א געשמאקע מקוה און א היכל התורה צום לערנען, וואס וועט שטארק אויפלעבן די גאנצע געגנט.
Comments