top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בארא פארק: יום המסוגל ער"ח סיון באשטימט אלס 'יום תפילה' לרפואת האד' מקאסוב בתוך שאר חולי ישראל המרובים

מיטוואך פ' במדבר • כ"ח אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


אויפן רוף פון די גדולי האדמור"ים והרבנים אין שטאט בארא פארק וועט מען דעם מארגנדיגער טאג ביום המסוגל ערב ראש חודש סיון מייחד זיין אלס א יום תפילה, ווי מען וועט אין אלע בתי מדרשים אין שטאט מרבה זיין בתפילות ובתחנונים לישועת ישראל, און מעורר רחמים זיין פאר די פילע חולי ישראל המרובים ל"ע וועלכע ליגן ליידער על ערש דווי, איבערהויפט די חשובע אדמור"ים ורבנים פון שטאט: כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א וואס איז אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים, כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועלכע גייט די תקופה דורך געזונטהייט קאמפליקאציע'ס, כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, און כ"ק גאב"ד טענקא שליט"א וועלכע נויטיגן זיך אין תפילות ישראל.


מען וועט זיך צוזאמקומען אין אלע בתי מדרשים לענגאויס די שטאט אויף א סדר אמירת תהילים און יום כיפור קטן, אויסצובעטן א גענצליכע רפואה פאר די מאורות הגדולים, מען זאל נאר הערן בשורות טובות, און קענען ווייטער נהנה זיין פון זיי בתורה ועבודה, גלייכצייטיג וועט מען איינרייסן וועלטן איבערן שרעקליכן צושטאנד וואס הערשט אין ארץ ישראל, אין מעורר צו זיין רחמי שמים למען שלומם פון אונזערע ברידער תושבי ארצינו הקדושה, בנוסף צו די שווערע טראגעדיעס וואס מען הערט ליידער צוזאם, אין א בחינה פון אין לך יום שאין קללתו מרובה משל חבירתה.




Comments


bottom of page