top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישער אסיפה בבית מרן ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א בעפארן אפרייזן צום מסע ההצלה

זונטאג פ' שלח • י"ז סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

גאר אן היסטארישן אסיפה איז פארגעקומען דעם דאנערשטאג בהעלותך אינעם שטוב פונעם סלאבודקער ראש ישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א, ווי עס האבן אנטייל גענומען די סאמע גרעסטע ראשי ישיבות פון ארץ ישראל, אין א צייט וואס דער ראש ישיבה האט זיך געגרייט צו פארלאזן דעם הייליג לאנד, אנצוקומען קיין אמעריקא פארן קריטיש וויכטיגע מיסיע צו ראטעווען תורה אין ארץ ישראל. דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעטראטן מיט רירנדע דיבורים, און דערביי אויסגעשריגן דעם זעקת התורה ולומדיה אז מען האט ליידער נישט פון וואו צו שאפן געלט, צו קענען אויפהאלטן די ישיבות און כוללים אין ארץ ישראל, צוליב דעם ביטערן גזירת הגיוס וואס שוועבט איבער זייער קעפ.


בתוך דבריו האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז ער גייט קיין אמעריקא, בשליחותם פון די פילצאליגע רבני ארץ ישראל וראשי הישיבות, און האט זיך דערביי געבעטן מנהמת לבו, אז די אלע רבנים וואס געפינען זיך דא, זאלן אים אינזינען האבן אז ער זאל קענען ערפילן זיין תפקיד בשלימות, און אז זיינע ווערטער וואס ער וועט רעדן זאלן אריינגיין אין די הערצער פון די שומעים, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה ערווענט אז מען זאל אים איזינען האבן בברכת הדרך. דערנאך האבן א צאל ראשי ישיבות ורבנים אויפגעטראטן אינצווישן זיי זענען געווען הגאון רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון, וואס האט געשילדערט די אומגעהויערע דרוק וואס די ראשי ישיבות פארמאגן, ווען עס קומט צו די שאלה פון באצאלן די שווערע קאסטן וואס א ישיבה ברענגט מיט זיך מיט, און לויט ווי עס קוקט אויס איז בדרך הטבע נישטא קיין אויסוועג, נאר עס קוקט ליידער אויס, ווי די ראשי ישיבות וועלן ח"ו זיין געצווינגן צו פארשליסן די טירן פון די ישיבות צוליב די שאלה פון כסף מנלן? און מען מוז דרינגענד וויכטיג צוקומען צו אחינו בני ישראל שבגולה.


אזוי אויך האט מען געהאט דעם געלעגנהייט צו הערן דעם 'דבר התורה' פון ראש ישיבת מיר הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל שליט"א. צווישן די חסידישע ראש ישיבות וואס האבן זיך דארט געציילט איז געווען הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם שליט"א ראש ישיבת צאנז, וואס איז געקומען בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א און האט אויפגעטראטן מיט קורצע ווערטער, אינצווישן האט דער ראש ישיבה הגאון רבי דוב שליט"א געבעטן פונעם חברונ'ער ראש ישיבה וואס איז א כהן שדעתו יפה, אז ער זאל אים בענטשן בברכת כהנים. נישט לאנג דערויף האט דער ראש ישיבה זיך ארויסגעלאזט צום עירפארט וואו א צאל פרעמינאנאע ראשי הישיבה אין שפיץ פונעם מירער ראש ישיבה זענען ארויסגעפארן צום לופטפעלד ארויסבאגלייטן דעם ראש ישיבה אין וועג.











Comments


bottom of page