ניו יארקער מעיאר עריק עדעמס באזוכט אין נייעם גינגאנטישן בנין ביהמ"ד הגדול באבוב 45 אין בארא פארק
- sfbechatzros
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: לפני 33 דקות
דינסטאג פ' נצבים • כ''ג אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

נעכטן נאכמיטאג האט דער באגאבטער ניו יארק מעיאר 'עריק עדעמס' יר"ה, אפגעשטאט א באזוך אינעם נייעם גינגאנטישן בנין בית המדרש הגדול והחדש באבוב 45 אין שטאט בארא פארק וועלכע גרייט זיך צו באנייעט ווערן אויף דעם שבת פ' נצבים אריינטרעטנדיג אין די ירח האיתנים.
דער מעיאר איז אנגעקומען קיין בארא פארק צו די בעפארשטייענדע יום טוב סעזאן וואו ער האט באזוכט אין עטליכע גרעסערע געשעפטן אין שטאט אין באגלייטונג פון די עסקנים און אישי הציבור, וועלכע האבן אויסגעשמועסט מיטן מעיאר אלע נויטיגע איינצלהייטן וואס פעלט זיך אויס פאר די אידישע געמיינדע אין שטאט.
אויף די איינלאדענונג פון די ראשי קהילת ומוסדות באבוב 45 האט דער מעיאר אפגעשטאט א באזוך אינעם נייעם גינגאנטישן בית המדרש הגדול דחסידי באבוב 45, וואו כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א איז ספעציעל ארויסגעקומען לדרוש בשלומה של מלכות און באגריסט דעם מעיאר ביים אנקומען אין ביהמ"ד, דער רבי האט זיך דערביי שטארק באדאנקט פאר זיינע אויפטוהן למען הכלל והפרט, ובמיוחד פארן זיין בייהילפיג מיטן אויפבוי פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול.
דערנאך האט דעם רבינ'ס זוהן הרה"צ ר' יחזקאל אונגאר שליט"א אינאיינעם מיטן משב"ק הר"ר שמחה פנחס שטראהלי הי"ו, און העסקן ר' בנימין בארבער הי"ו, ארומגעפירט דעם מעיאר ארום דעם מעכטיגן בנין, וואו די ארבעט גאלאפירט אומאויפהערליך צוצוענדיגן דעם בית המדרש צום געהויבענעם שבת פתיחת שערים, דעם שבת פרשת נצבים.


