top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הזכירו לפניו: אלפי חסידי גור דורכגעלאפן מיט "הזכרות" ביי האד' מגור בהילולת זקינו הרה"ק רבי יעקב ארי' מראדזימין זי"ע

מאנטאג פ' מטות מסעי • כ"ג תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

אלפי חסידי גור האבן פארלאפענעם מיטוואך פנחס, ח"י תמוז, זוכה געווען צו א זעלטענע געלעגנהייט פון זיך מזכיר זיין ביי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, ווען לרגל די הילולא קדישא פונעם רבי'נס זיידע ונושא שמו הקדוש, הרה"ק רבי יעקב ארי' מראדזימין זי"ע, זענען די חסידים פלוצים  נתבשר געווארן איבער די תרעין פתוחין, דער רבי'נס דאווען צימער איז אפן, און ס'ווערט געגעבן די רשות כניסה לכל הקהל הקודש דורכצוגיין מיט הזכרות, ווי ס'פלעגט זיין נהוג ביי צדיקי בית גור, צו פראווען דעם ציבור מיט הזכרות ביי א יומא דהילולא.


ווי ברייט באקאנט ביי חסידי גור איז דער גערער רבי שליט"א שטארק פארקאכט מיט א התקשרות עילאה צום זיידן דער הייליגער ראדזימינער, און פאר א האלבע יאר צוריק פערזענליך אראפגעשיקט שלוחים קיין ווארשא איבערצובויען מנוחת קדשו אויפ'ן ארטיגן בית החיים.


שטייענדיג נאנט צו די היי יעריגע הילולא, האט דער רבי שליט"א געשיקט בנו הרה"צ רבי נחמי' אלתר שליט"א, וועלכער איז געווען צוגאסט אין אייראפע, אראפצופארן קיין ווארשא און פוקד זיין דעם ציון הק' בעצם ההילולא, און דארט אפרעכטן די הילולא. אין לויף פון די יארצייט איז דער ציון הק' באלאגערט געווארן דורך פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה תושבי אייראפע, וואס האבן מעתיר געווען לדבר ישועה ורחמים.


אין דער זעלבער צייט איז די הילולא אפגעראכטן געווארן במחיצת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א אויף א פריוואטן פארנעם בביתו נאוה קודש, ווען אין אן אומגעראכטענע מאמענט האט זיך פלוצים געעפנט די טיר פונעם רבי'נס שטוב, און די חסידים זענען איינגעמאלדן געווארן אז מ'קען דורכגיין מיט הזכרות. די שמועה האט זיך בליץ שנעל דערטראגן צווישן די חסידים און עס האט זיך ספאנטאן געשאפן א מאסן אנלויף פון טויזנטער חסידים וואס האבן זיך געשטעלט אין די ליניע און כבני מרון אריבער מיט די הזכרות, להפקד בדבר ישועה ורחמים.


שפעטער אין טאג איז דער רבי שליט"א ערשינען צו א סעודת הילולא, רייך אהערגעשטעלט אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אהרן ציטראן פון אמעריקע, קאמבינירט מיט א באנקעט לטובת די גרינדונג פון די נייע גורע ישיבה בראשות דעם רבי'נס זון הרה"צ רבי ישראל מנחם שליט"א, וואס וועט גערופן ווערן לשמו ולזכרו הטהור פונעם בעל הילולא.



Comentários


bottom of page